בית פורומים כל העולם כולו

עודך כי עניתנו! המקובל בחצורא געשטאכן צום טויט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2011 01:46 לינק ישיר 
עודך כי עניתנו! המקובל בחצורא געשטאכן צום טויט!

אצינד געקומען געקומען די שרעקליכע נייעס פון ארה"ק אז דער מקובל איז געשטאכן געווארן דורך א צווייטן איד ר"ל

ברוך דיין האמת



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 02:10 לינק ישיר 

דער רוצח איז געווען דער געוועזנער גבאי ביי דעם מקובל

אין סאטמאר ווייסט מען אז א געוועזענער גבאי איז עלול ל"ע אויף רציחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 18:54 לינק ישיר 

Sorry - link dont work



תוקן על ידי UnitedWill ב- 29/07/2011 19:00:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 22:35 לינק ישיר 

דער רבי ר' אלימלך זאגט אויף כזבי בת צור אז אידן זענען טמא געווארן פון רעדן פון די מעשה און דאס מיינט דער פסוק על דבר כזבי וכו' ווייל פון רעדן 

אז דער דאמפ פון די וועלט ווערט נפגם פון די ענינים
ממילא איז לבי אומר לי אז מהאט צופיל ארומגערעט פון די פאריגע רציחה אז דער דאמפ פון די וועלט איז געווארן פיל מיט דעם חלילה ממילא מיין איך אז סאיז צייט אויפצוהערן אראומרעדן און טראכטן וויזאוי פונקטליך די ענינים פארסירן, סאיז ממילא נישט נוגע למעשה נאר סמאכט חרוב די מענטשהייט און נאך פילע קאנסקיווענסן ווען מהעט אזא ענין דארף מען תשובה טאן און טראכטן בכלליות אוטן נישט אויסדמיונן פונקטליך וויאזוי ער האט אדער ער האט געקענט אדער נישט אדער געטוהן, וד"ל 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 22:46 לינק ישיר 

עס שוידערט מיר צו געבן א בליק אין די דערנעבןדיגן פארום צו זעהן ווי פארום וואס ווערט אינטערגעשטיצט דורך א קהילה בישראל זאל אין אזא שווערע צייט ווען די אחדות ביי כלל ישראל איז מתפלל אויף יעדן איד ניצל צו ווערן פון די ביטערע צרות ה"י זענען זיי פארנומען צו שעלטן אנדערע אידן פארן פרייז פון זייער כעס פון זייער בור כרה מיטן עפענען א קעיס מיט עטליכע יאר צוריק אקעגן קהל אין וואס זיי האבן זיך אליינס שאדן געמאכט
מיר רופן אויס צו די אידן שובו בנים שובבים רוב פון אייער לאגער באוויינען שוין אויך די ביטערע תוצאות פון קנאה ושנאה, בפרט אין אזאנע טעג ווען מאיז אויפגעשוידערט פון די ביטערליכע רציחות וואס ווייזט קלאר צייכענעס פון הימל אז מיר דארפן אויפהערן די רציחוהדיגע מחשבות איינער אויפן צווייטן,  לאמיר לעבן בשלום גיי דיר וואו די ווילסט און זיך שוין נישט דיין הצלחה מיט דעם וואס יענער וועט האבן א מיאוסן סוף, האלטסט אז יענער קומט דיר עפעס בדיני ממנות רוף אים צו דין תורה, אבער פארוואס פיינט האבן יענעם אדרבה זאגט מיר איין גוטע זאך וואס קומט ארויס פון די מחלוקתער פוי דער עולם ברעכט שוין דערפון ביי ביידע צדדים, לאמיר שוין גיין מיטן אמת ושלום אהבו און יעדן טאקע יעדן פארגינען און אויב האלטסטו אז איינער איז זיך טועה אין אידישקייט זיי מתפלל ער זאל אויפגעקלערט ווערן אינעם אמת, אבער די שנאה מוז גענדיגט ווערן פאר יעדן פרייז.
איך מיין אז רוב פון ביידע צדדים זענען איינשטימיג מיט מיר, לאמיר זאגן למלאך המשחית הרף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2011 00:46 לינק ישיר 

קעדיט אידישע וועלט:

דער מח בלייבט שטיין, מען קען שוין גארנישט טראכטן ווייטער, וואס נאך קען מיט אונז פאסירן הייליגער באשעפער

אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, מען מיינט אז נאר קינדער זענען אין א סכנה, און מען מאכט באווארענונגען, מען שטעלט אויף פרישע קעמרעס, מען זאגט אן די קינדער מיט א אזהרה חמורה, גיי נישט אין א פרעמדע קאר, צו א פרעמדע הויז, שלא תמות כדרך שמת פלוני, אקעי, און יעצט, יעצט איז שוין אלעס מסודר?
קומט דער הייליגער באשעפער און זאגט, יונגערמאן! קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל דער אינגל איז געווען פארנאכלעסיגט? קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל מען האט נישט געהאט גענוג קעמרעס? קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל מען האט געמאכט צו א גרויסע טומל?
א מכה בדופן!
דא האסטו א זעץ, נישט אין א קליין קינד, נאר אין א ערוואקסענעם, און נישט סתם א ערוואקסענער, נאר א איד וואס רבים הלכו לאורו, א איד וואס האט געזעגנט הונדערטער אידן א טאג, און לויט בחדרי (איך ווייס נישט וויפיל איך קען זיי גלייבן אבער אזוי זאגן זיי) זענען די גבאים דארטן געווען.
זיי שרייבן אין א שמועס מיט איינער פון די גבאים וואס איז געווען דארט: "נכנסו קבוצה גדולה של שלושים יהודים לבקש ברכה. אחרי שהם יצאו נשארו שלושה והאחרון שבהם, אותו רוצח מתועב, התכופף ובתוך אלפית שניה הוציא סכין ודקר את הרב". "ומה עשית באותו רגע?" "קפצתי על הרב. הוא פרפר, הוא ממש נפטר לי בידיים". ... "היו חילופי דברים בין הרוצח לבין הרב, לפני הרצח?" "לא. הרב היה באמצע לקרוא את הפתק שלו. הם לא הספיקו לדבר".
רבותי, אין וועלכע וועלט לעבן מיר?
כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו, מען קומט אריין מיט א קוויטל, און מען געט א פדיון, און נאך וואסערע פדיון, מען לייזט אים אויס פון די שפל'דיגע וועלט.
צוריק צום ענין, דער באשעפער פאדערט עפעס פון אונז, וואס? איך ווייס נישט! איך בין נישט קיין נביא!, אבער דאס זיכער, ער פאדערט נישט קיין קעמרעס, און נישט קיין אזהרות פאר די קינדער (דאס איז אויך וויכטיג, אבער נישט פאר דעם שיקט ער מאורעות משונות), ער פאדערט פון אונז שפרו מעשיכם.

יעדן טאג זענען מיר מתפלל שתצילנו היום ובכל יום מעזי פנים וכו' וממיתה משונה, און ס'ווערט געזאגט אזוי כמצות אנשים מלומדה, וואס זאל איך טון, אנשי כנסת הגדולה האבן דאס מתקן געווען, זאג איך עס, אבער ס'מיינט נישט מיר, ס'מיינט אפשר די גזירות ת"ח ות"ט, צו אפשר די צווייטע וועלט מלחמה.
קומט דער הייליגער באשעפער און ווייזט אונז, אז מיר אלע דארפן דאס בעטן יעדן טאג, ווייל אפילו דו לעבסט נישט אין מיטל אלטער ביסטו אויסגעשטעלט צו הריגות, און נאכדערצו פון א אייגענעם, אוי באשעפער, דאס הארץ טראגט עס נישט דורך, ווי דערציילט מען דאס פאר קינדער, אזוי פראסט און פשוט, א איד הרג'ט א צווייטן, נישט איינמאל נאר צוויי מאל.
אפשר פארלאנגט זיך מער תפלה, ווי קוקט אויס אונזערע תפלות?
אפשר פארלאנגט זיך מער אחדות, ווי קוקט אויס אונזער אהבת ישראל?
אפשר פארלאנגט זיך מער צפית לישועה, וויפיל ווארטן מיר אויף משיח?
ס'איז מארגן כ"ח תמוז, די יארצייט פון הייליגן ישמח משה, דער ישמח משה האט דאך געאטעמט מיט משיח, ער איז געאנגען שלאפן מיט די שטעקן צוקאפנס, אז אויב משיח קומט זאל ער זיין גרייט אים אנטקעגן צו לויפן.
דער ישמח משה איז באקאנט אז ער האט געוואוינט אין א אלטע דירה, מען האט אים געוואלט בויען א נייע האט ער געזאגט דאס קוקט אויס א חסרון אין אמונה בביאת המשיח, משיח קומט שוין אט אט, צו וואס דארף איך א נייע דירה.
ווי ווייט זענען מיר פון זיינע מדריגות!!!

דער הייליגער ייטב לב אין רב טוב פ' תשא טייטשט, זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, רעדט דער ייטב לב ארום בימיו און איז זיך מתאונן אויף די אמונה בביאת המשיח, זאגט ער זכור ימו"ת עולם, אמאל האט מען יעדן טאג עקסטער געטראכט פון ביאת המשיח, בינו שנו"ת דור ודור, שפעטער איז עס געווארן אז מען דערמאנט זיך נאר איינמאל אדער צוויי מאל א יאר, ער רעדט דארט לגבי די ד' פרשיות אז מען קען נישט ברענגן קיין שקלים און מקריב זיין א פרה אדומה, דעמאלטס דערמאנט מען זיך אז מען איז אין גלות.
וויפיל פון אונז טראכטן דען דעמאלטס יא? אפשר תשעה באב טראכט מען?, און וויפיל זיצן ביי די קינות מיט די בלעקבעריס און אין בעסטן פאל קוקט מען א קרעטשמע ארטיקל?

לאז מיר פארגיסן אביסל טרערן! המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו, קוקט אריין אין חתם סופר אין די דרשות אויף ז' אב דף שכא ע"ב, זאגט ער דעם לשון, אז איינער איז מוריד דמעות על אדם כשר "בודאי עולה צער של דמעה א' יותר מהנאה של כמה עבירות, ולכן אמרו שמוחלין לו על כל עוונותיו מחמת כבוד שעשה לו שבודאי לא ישתייר לו שום עבירה, ואדרבה הקב"ה סופרן, דהיינו לשון מספר, ולא לשון מנין כלל, אלא מספר הפרטי, שהקב"ה סופר הצער הפרטי של כל דמעה ודמעה ועולה בכמה מדריגות יותר ויותר על כל העבירות שעשה, ומחשב הקב"ה חשבון דמעות הנשארים לאחר החשבון ומניחן בבית גנזיו".
דאס מיינט אז איין טרער אליין איז גענוג פאר מחילת עוונות, און דאס איבריגע לייגט שוין דער אייבערשטער אוועק בבית גנזיו.
נו, לאמיר לאזן כאטש איין טרער, און בעטן דעם באשעפער, שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2011 00:52 לינק ישיר 

עוד מאידישע וועלט:

די צוויי מערדעריי האט פאסירט אויף אן אופן צו צושרויפען גאנץ כלל ישראל מסוף העולם עד סופו, מיינט עס אז עס מאנט עפעס פון אונז. דער ערשטער מאיאר פון תל אביב, מאיר דיזנגאף האט געזאגט ביי דער התיסדות און תר"ע, אז ווען עס וועט זיין א היימישע מערדעריי דא וועט מען וויסען אז תל אביב איז א שטאט. ער האט נישט לאנג געדארפט ווארטען, ביז א יאר האט ער געהאט זיין ווינטש. אונז ניצען דער מעשה צו ווייזען ווי באנקראט ציונות איז אז רציחה איז א דבר רגיל. אז אונז האלטען שוין ביי צוויי היימישע רציחות און דריי וואכען שלאגט עס אונז אין פנים, ווי האלטען מיר, ווי קען אזוינס פאסירען, און דער איינציגסטע החלטה וואס מיר קענען קומען איז אז מען מאנט תשובה און תקון המעשים. איך וויל בעטען אנטשולדיגונג פאר זיך אויף שטעלען אויף א מילעך קעסטעל און אנהייבען דרשנ'ן ווען עס איז דא גדולים וטובים ממנו דא, אבער עס ליגט מיר שוין לאנג אויפען הארץ און איך מוז עס ארויס געבען, ואתכם הסליחה

אזוי ווי דאס האט פאסירט היינט און נישט און אדר אדער און ניסן, איז פשטות אז עס האט צוטוהן מיטען זמן. מען האט דא געברענגט א יעב"ץ וואס זאגט קלאר די סיבה פון אריכות הגלות אז עס קומט פון א התרשלות באיבול על ירושלים. איך מיין אז מען מעג צולייגען אז ווען איינער טרויערט טאקע אויף אן אמת אויפען חורבן בית המקדש מוז ער קומען צו דער החלטה אז כדי צו פארעכטען דער סיבה פונעם חורבן, מוז מען מתקן זיין דער שנאת חנם. די גמרא זאגט אז דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארען וועגען די דריי עבירות חמורות, אבער דער צווייטער נישט, נאר פאר שנאת חנם. פאר די עבירות חמורות אפשר ארבעט דער קאצקער'ס געבעט, אבער אפשר נישט אויף שנאת חנם, אויף דעם איז דער אייבערשטער נישט מוותר. מען זעהט פון דעם אויך אז שנאת חנם קען טוהן דער זעלבער פעולה ווי די דריי עבירות חמורות, און אפשר נאך מער, פון דעם וואס הלל הזקן האט געזאגט דעם גר, ואהבת לרעיך כמוך, דאס איז דער גאנצער תורה, ואידך זיל גמור, מיט די איבעריגע קען מען זיך נאך אן עצה געבען

אשר על כן טייערער ברידער, וועל איך זאגען פראסט פשוט וואס איך מיין. פארוואס רופען מיר אן אונזערע אחינו בני ישראל מזרע אברהם יצחק ויעקב, די ספרדים מיט דער געמיינע כינוי "פרענקען"? פארוואס? פארוואס? וואס האבען זיי דען אונז שלעכטס געטוהן? פארוואס מוזען מיר אראפ קוקען אויף זיי? ווייסט איר, אז מיט הונדערט יאר צוריק האבען זיי געהאט איבער טויזענט גאונים וקדושים אויף דער וועלט בלי גוזמא? ו

די אבוחצירא'ס און די פינטו'ס ביי זיי זענען ווי ביי אונז די טייטעלבוים'ס, הלברשטאם'ס, און שפירא'ס. דער וועלט זאגט אז די ספרדים האבען אלע מאל געהאט א גדול צו מעטשען אונזערע גדולים. אונז האבען געהאט א בעל שם טוב, זיי דער אור החיים הקדוש, אונז דער דברי חיים, זיי רבי יעקב אבוחצירא, וכו', וכו

נאכדעם, פארוואס מאכען מיר חסידים חוזק פון די ליטווישע, און פארוואס מאכען די ליטווישע חוזק פון חסידים? פארוואס מאכען די פוילישע חוזק פון די אונגערישע און די אונגערישע פון די גאליציאנער? וכו' וכו' וכו', עטץ האט מיין פוינט. וויפיל איך זאל נישט פרובירען איין צו פלאנצען אהבת ישראל און מיינע קינדער זעה איך אז עס העלפט נישט צופיל, זיי קומען אהיים מיט אנדערע געדאנקען וואס זיי האבען געהערט פון זייערע חבירים. איך מיין אז מיר דארפען אלע צוזאמען מאכען אן עק צו דעם, און ברענגען משיח'ן. א יישר כח פאר מיר אויסהערען, גיט שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2011 08:37 לינק ישיר 
סערה • המשפיע הגה"צ רבי סנדר ארלנגר: "להרוג את הרוצח דהאן"


סערה • המשפיע הגה"צ רבי סנדר ארלנגר: "להרוג את הרוצח דהאן" 

פרסום ראשון • הגה"צ רבי סנדר ארלנגר - מגדולי משפיעי דורינו - קורא להריגת רוצחו של האדמו"ר רבי אלעזר אבוחצירא • בחוברת 'ובערת דם הנקי מישראל וטוב לך', שהופצה באלפי עותקים - טוען הגר"ס כי הארץ לא תשקוט עד שיומת דהאן • "אין מנוחה ותיקון עד שישפך דם הרוצח" 
 

מאז רציחתו של האדמו"ר רבי אלעזר אבוחצירא זצוק"ל מבאר שבע על ידי אשר דהן מאלעד, נשמעו ביטויים חריפים נגדו. אך לראשונה קוראת דמות חרדית מרכזית, לשפיכת דמו של הרוצח.

"אין מנוחה ותיקון לארץ עד שישופך דם הרוצח", כך כותב המשפיע הרוחני הנודע, הגה"צ רבי חזקיהו אלכסנדר סנדר ארלנגר, בחוברת מיוחדת בשם 'ובערת דם הנקי מישראל וטוב לך'.

הקריאה מופיעה בחוברת תחת השם 'ובערת דם הנקי מישראל וטוב לך' וכוללת דברי מוסר וחשבון נפש על פי השקפת התורה, בעקבות רציחת רבי אלעזר.

בדברי הפתיחה כותב הגר"ס ארלנגר: "נתתי את ליבי לדרוש הענין הקשה והמרעיד את בית ישראל בהריגת איש צדיק וחסיד שרבים היו תלויים עליו, על ידי איש בליעל שר"י - שומר תורה ומצוות ושמעתי שהעידו עליו שהיה גם תלמיד חכם יודע בתורה ודורש לרבים ומתפלל כש"ץ בנעימה".

והוא ממשיך וכותב: "שאין ספק שלרוצח היו לו הרבה חטאים של השחתה ורציחה, קודם אף על פי שלא היו ידועים לנו".

הקונטרס הופץ בכל היכלי התורה והישיבות באלפי עותקים, הוא מכיל 25 עמודים וכולל גם ליקוטי הלכות הנוגעים לדינו של רוצח,

בכמה מקטעי החוברת טוען הרב ארלנגר כי דינו של אשר דהן במיתה, וכי הארץ לא תשקוט עד שיעשה כן.

בדבריו מצטט הרב אנגלנדר מפסקי הרמב"ם בהלכות רוצח ואומר, "ומכח העול הנורא הזה היה הדין נותן שהארץ תתקומם כנגד זה ותבלע הרוצח המחריב אותה, שהרי לא תוהו בראה לשבת יצרה, ומכל מקום מפני חוק הבחירה שניתן לאדם צריכה לשתוק ולבלע העזות והחרפה הזאת.

"ולכן אין מנוחה ותיקון לארץ עד שישופך דם הרוצח, וגם רוצח בשוגג אין לו מקום קיום רק על ידי גלות וערי מקלט.

"וכן הארץ מרגשת צער ועלבון על ידי שמחנפת למחריבי הארץ וישובה ואין מתקררת דעתה רק בנקמת הנרצח על ידי שפיכת דם הרוצח".

בהמשך החוברת מסכם רבי סענדר ארלנגר מספר ענינים ותיקונים כדי להמתיק את הדינים הקשים שנתעוררו על ידי המאורע הנורא, "ולהפוך הכל לרחמים ולחסדים טובים".


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=31604

 



תוקן על ידי שלמהווייס ב- 01/09/2011 08:56:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > עודך כי עניתנו! המקובל בחצורא געשטאכן צום טויט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext