בית פורומים כל העולם כולו

ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2011 20:58 לינק ישיר 
ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל

רבונו של עולם עד מתי.

לפנים בישראל ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען פרעגן די אורים ותומים פארוואס א צרה ר''ל איז געקומען, נאכדעם זענען געווען די גדולים אזוי ווי די תו''ס יו''ט בשנת ת''ח ות''ט, און די היינטיגע דור  שרייבט רביה''ק אין די הקדמה פון ויואל משה אז ס'שטייט בפירוש ארויס אין תורה עיי''ש.

די לעצטע צווי וואכן זענען געווען אסאך דרשות התעוררת וואס די רבנים הגאונים הצדיקים שליט''א האבן ארויס געברענגט די סיבות פארוואס אזא זאך האט פאסירט, און וואס מ'דארף מתקן זיין, ווי למשל צניעות, שנאת חנם, סעלפון, חתונה אויסברענגעריין, בתי דינים לאזען איינשפארען מענטשען אין תפיסה, שמירת עינים ועוד ועוד. און ס'פארשטייט זיך אליין אז די אלע ענינים זענען אמת, אזוי ווי ס'שטייט אז די תורה איז כפטיש יפוצץ סלע, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

פארשטייט זיך אליין אז פשוט'ע מענטשען און אינטערנעט שרייבערס קענען נישט און טארען נישט (עכ''פ פאר יענעם) זאגען טעמים אויף אזעלעכע זאכן וועל איך אוודאי נישט זאגען קיין סיבות איך נאר וועל זאגען פאקטען(א חידוש אז קיין איין רב האט דאס נישט געזאגט) ס'אינטערסאנט צו אנדערע האבן דאס אויך באמערקט?

ל''ג בעומר האט מען געוואלט אינטערצינדען א הויז וואס א משפחה איז געשלאפען,  ליידער א ''אידיש קינד'' האט זיך שטארק פארברענט, ד' ירפא אותו, די רבנים האבן נישט געהאלטען דרשות התעוררת און מוחה געווען און געזאגט טעמים, אויף וואס מ'דארף מתקן זיין,  מ'האט נאך געקענט ליידער הערען אין בתי מדרשים אז ס'איז זיך אים געקומען,  ר''ל.

ביי פלגש בגבעה האבן די בני בנימין נישט מוחה געווען.... מ'האט צושניטען די פלגש אויף צוועלעף שטיקלעך...

די טייערע לייבעל ע''ה איז קיינמאל (לכאורה) נישט געווען אין ניי סקווער נאר די לעצטע טאג פון זיין לעבען מיט די מערדער..

די אבן עזרא ביי עגלה ערופה(דברים כ''א ח)

<*>''שהשם ציוה לעשות כן על העיר הקרובה כי לולי שעשו עבירה כדומה לה לא נזדמן שיהרג אדם קרוב מהם, ומחשבות ה' עמקו לאין קץ אצלנו.''

 






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 21:05 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 22:16 לינק ישיר 

So interesting that even ONE Godal hadn't found out your major idea...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 22:23 לינק ישיר 

לכאורה ביזטו זייער גערעכט אבער דו דארפסט געדענקען אז וויפיל מחלוקת איז א פראבלעם איז חילול שם שמים פיל הארבער ווי מבואר אין גמרא, און אויב מוחה זיין וועגן דעם ל"ג בעומר מעשה רציחה האט דאך שוין דער בי"ד פון סקווירא אליין מוחה געווען מילא קען מען נישט פארלאנגען צו מישן יענעמס טשאלענט טאפ ווען יענער איז פונקט אזוי צובראכן דערפון און איז מוחה
אויף וואס יא קיינער האט נאך ליידער נישט מוחה געווען איז אויף די שוידערליכער חילול שם שמים פון די וואס האבן עס צעשמירט אין די פרעסע נישט קיין חילוק וועלכע זייט
ממילא לאמיר אינאיינעם זיך מתבוננן זיין צו תשובה טוען אויף אלע עבירות נישט נאר אויף יענעמס נאר באמת באמת חרטה האבן אפילו אויף די עבירות וואס ממיינט אז סאיז א מצוה דעם אדער יעמעם צו באגראבן און לאמיר שוין זעהן סאל זיין שלום לנו ולכל ישראל עד העולם בביאת הגואל במהרה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 23:40 לינק ישיר 

שלוםדיג..........

די מיינסט ערענסט?

" און אויב מוחה זיין וועגן דעם ל"ג בעומר מעשה רציחה האט דאך שוין דער בי"ד פון סקווירא אליין מוחה געווען"...........

אר יו קידדינג?

האבען זיי דען ערענסט מוחה געווען ווייל דער געוואלדיגער חילול השם האט זיי באמת לאמיתו וויי געטוען אדער זיי האבען מוחה געווען לעיני העמים וד"ל....................

און די ראי' איז דער אבן עזרא הנ"ל!


תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 29/07/2011 23:41:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 23:54 לינק ישיר 

אנטשולדיגט אדם אמיתי, דו שרייבסט
האבען זיי דען ערענסט מוחה געווען ווייל דער געוואלדיגער חילול השם האט זיי באמת לאמיתו וויי געטוען אדער זיי האבען מוחה געווען לעיני העמים וד"ל.................... 
אין די משנה שטייט הוי דן את כל האדם לכף זכות
ובפרט ווען יעדער פארשטייט אז סקווירא האט די מערסטע געליטן פון דעם סאיז געווען מער חילול שם סקווירא מיין איך ווי חילול השם אן זיי טוט דאס זיכער וויי
אבער איך מיין נישט צו נעמען א צד עס איז מיר קיין נפקא מינה די גאנצע סוגיא, איין זאך איז קלאר אז ווען אידן נישט קיין חילוק פון וועלכן פארטיי לויפן צו די מידיא אויפצובלאזן אז ערליכע קהילות זענען עוסק אין רציחה קעגן די מעמבערס איז א א חילול השם אפילו מער ווי דער שיכור לוי אראן ימ"ש ווייל משגעים איז איבעראל דא אבער צו באשמיצן גאנעטער קהילת און קאמיוניטיס פון ערליכע אידן איז דער חילול השם איום ונורא און מהאט ליידער אויף דעם דערווייל נישט מוחה געווען, ויהי רצון אז מיינע ווערטער זאלן אנקומען צו די וואס דארפן מוחה זיין, און פארגעס נישט ווי געזאגט דארפן מיר ערשט זיכן אונזערע עבירות נישט יענעמס אבער אז די מהאט גערט פון ככליותדיגע עבירות ביי כלל ישראל האב איך דערווייל נאר געטראפן איינס וואס האט נאכנישט קיין מחאה ליידער
און אויף דעם בין איך דערווייל מלמד זכות אז קיינער וויל נישט מישן אין שמוץ סאיז אבער א טיפער ווייטאג אז יעדע אמתע זאך ווערט אנגערופן שמוץ אין די צייט וואס אלע צדדים פון אלע קהילות זענען מודה אז די מסירות און אויפרודערן די מידיע איז א עוולה נורא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext