בית פורומים אידישע געדאנק

ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2011 18:17 לינק ישיר 

אינגאנצען צומישט, איך האב נישט דיין דיקשענערי צו זען ווער זענען דיינע  ת"ח ומנהיגי ישראל און ווער זענען דיינע לצים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 20:37 לינק ישיר 

בארוהיגט אייך רבותי, קיינער האט דא נישט גערעדט אויף קיינעם, מען האט סך הכל ארויסגעברענגט דעם פאקט אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס קומט פאר א 'נסיון לרצח' ביי כלל ישראל, ובחסדי השי"ת איז עס נישט געלונגען.

טאמער הערשט א אויפשוידער איבער דעם וואס א יוד איז מסוגל צו הרג'ענען א צווייטן יוד, איז עס נישט אויף די רעזולטאט פון די מערדעריי (וואס איז גענוג ביטער פאר זיך אין פאל עס געלונגט) נאר אויף די עצם פאקט אז א יוד איז מסוגל עובר צו זיין אויף לא תרצח, נישט קיין חילוק צו עס איז אים געלונגען, אדער דער קרבן האט זיך באוויזן צו ראטעווען אין די לעצטע  מינוט.

ומכיון שכן, איז ארויסגעברענגט געווארן אז ליידער האבן יודן מזרע ישראל שוין דורכגעפירט מעשי רציחה, און דאס דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן אופן, טאמער איז דא איינער וואס שפירט זיך געטראפן פון די ווערטער, ברויך ער א גרויס תיקון, און טאמער איז ער נאך א תלמיד חכם אויך צו אלע צרות, ווייזט דאס נאר ווי געמיין דער דור איז נעבעך פאר ביאת המשיח. [וואס אגב: איך גלייב נישט אז עס איז דא א תלמיד חכם אין סיי וועלכן קרייז וואס איז מסכים, אדער האט אפילו בדיעבד די מינדעסטע הנאה פון אזא מעשה נבלה, כ'מיין אז מיר האלטן נאך נישט אזוי נידריג]

און צו דיר געדאנקן: טאמער ביסטו אזא אומפארשעמטע באשעפעניש וואס האט נישט קיין פראבלעם עפנטליך צו  אפלאדירן מעשי רציחה, דאן טוה ביטע א טובה פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל, און אפילו פאר דיין רבי'ן, און אנטפלעק נישט אין די עפנטליך דיינע חי'שע אינסטיקטן. גלייב מיר עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, און עס פארשעמט דיין רבי'ן אסך מער ווי סיי וועלכע שרייבער דא אדער וואו אימער. 


תוקן על ידי אויטענטיש ב- 04/08/2011 20:39:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 21:55 לינק ישיר 

אויטענטיש, ישר כחכם פארן צוריק ברענגען די נושא אויף די גראדע רעלסען,

לגבי געדאנקען, דאס וואס ער שרייבט, איז די לופט אין שטעטל, זעט אויס אז פון די שווערע פעק אויף זיין ריקען כאפט ער נישט אז דא איז אויסערן שטעטל והגלילית...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 23:04 לינק ישיר 

טאקע נישט צו פארשטיין דעם געדאנקן,
ער האט דאך אלס א גראדן קאפ מיט א שכל הישר און דערצו א געשמאקן צינגל,
וואס איז געשען מיט איהם?
לאמיר האפן סיז נאר צייטווייליג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2011 08:18 לינק ישיר 

א פאסיגע ארטיקל אינעם ענגלישן 'משפחה' פ' דברים דף 18
[און אז יעך טוה ערווענען דעם ארטיקל, קאנסטו דיך שוין פארשטעלן וואס דארט שטייט!..]




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.