|
|
| נשלח ב-1/8/2011 05:21 |
|
| |
ברעיקינג: ר' אשר אלימלך מייזעלס מנדב 1 מיליאן דאלער פאר מוסדות סאטמאר קרית יואל
יעצט קומט די נייעס פון קרית יואל אז הרבני הנגיד המפורסם ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו מראשי הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג האט מנדב געוועהן די פאנטאסטישע סומע פון א 'מליאן דאלער' פאר די מוסדות הק' אין קרית יואל וואס ציילט זיך היינט צו קרוב 3,000 תלמידים ותלמידות כ"י, און דערביי האט דער חשובען נדבן הי"ו אפגעקויפט די זכותים פון 10 כתות אין די גיגאנטישע תלמוד תורה געביידע אויף לארקין דרייוו, אצינד זונטיג דברים אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו פון ר' אשר אלימלך הי"ו אין קרית יואל מיטן פארזענליכע השתתפות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - נשיא המוסדות, אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותיהם האבען נארוואס אויפגענומען די נייעס מיט גרויס פרייד און מיט הארציגע וואונטשען צום חשובען נדבן הי"ו אז זכותו הגדול והקדוש פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ויואל משה זי"ע וממשיך דרכו בקודש מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע זאל אים שטענדיג באגלייטען ובכל אשר תפנה יצליח!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 06:51 |
|
| |
מורא'דיגע נייעס, ר' אשר אלימלך איז שוין לאנג באקאנט פאר א בונה ומקים עולמות של תורה אן זוכן כבוד און פירסום, דער זכות זאל אים ביישטיין לעולם ועד.
וואס טוט זיך אבער מיט די מיידל סקול, ווי האלט דאס בויען פון די נייע בנין בית רחל דסאטמאר קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 08:08 |
|
| |
עס איז איבריג פארצושטעלען פארן ציבור דעם חשובען נדבן הרבני הנגיד מו"ה אשר אלימלך מייזעלס הי"ו, ביי סאטמארער חסידים איז דער נאמען ברייט באקאנט און געשעצט, זייענדיג דער בארימטער איש החסד והמעש ונדיב לב, באזונדער איז באקאנט זיינע געוואלדיגע אויפטועהן אין די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג בשנת תש"ס ווען די מוסדות הק' האט זיך געפונען מיט 7 מליאן דאלער חובות וואס האט זיך אנגעזאמעלט פון א לענגערע צייט בעפאר, אין יענע תקופה איז ר' אשר אלימלך געשטאנען בראש פון די נייע חברי הנהלת הישיבה וואס מרן רבינו שליט"א -דאן אלס רב הקהלה- האט ממנה געווען און האט געארבעט גאר שווער אויפצוטרייבן די מליאנען דאלארען און אלס געטרייער חבר הנהלת הישיבה האט ער עס באוויזען אינאיינעם מיט ענערגישע חברי ההנהלה צוזאמצושטעלן די געלט אין א קורצע צייט, ספעציעל איז ר' אשר אלימלך געשטאנען אין שפיץ פון די מסע המלכות פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לעיר הבירה לאנדאן בשנת תש"ס, ווי עס איז דארט פארגעקומען א ריזיגע מסיבה לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג במקהלות אלפי ישראל אין שפיץ פון רבין זי"ע וגדולי רבני אייראפע און איז געשאפען געווארען פאנטאנסטישע סכומים לטובת המוסדות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 08:16 |
|
| |
פארוואס קויפט מען יעצט כיתות! עס איז שוין לאנג גענדיגט די גאנצע בנין?
אגב ווייסט איינער ווי סאך קינדעלאך בליעה"ר לערנען אין כתה א
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 18:08 |
|
| |
אשריך רבי אשר אלימלך! מצוה גוררת מצוה, אזויווי ער האט געהאט א גאר גרויסן חלק אין ראטעווען די ריזיגע סאטמאר וויליאמסבורגער מוסדות און זיי אויפבויען ממש ווי פונדאסניי, האט ער יעצט א חלק אין בויען די הערליכע סאטמארער מוסדות אין קרית יואל וואס וואקסט ב"ה מיט גאר א שנעלן אימפעט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|