עס איז א מחיה נפשות צו זען ואו די זאלי פירערשאפט שפייט הייס בלוט, און עסן מיט אפאטיט די זויערע עפל וואס זיי האבן אגפלאנצט,
די זאלי פירערשאפט האט ח''י סוין פראקאלאמירט א נייע דרך, וואס מען האט קיין מאל נישט געהערט און געזען ביי כלל ישראל, א דרך פון אנטי הנהגה, מי יאמר לי מה יעשה, איש כל העקם בעניו יעשה, זיי האבן אויפגענימען דעם פוילען קלאץ ר' זאלישל, ווייל זיי האבן געוויסט אז חוץ זיך שטאפן די טאשען, און עסן הייסע ווארטשען, און ליינען מעשה ביכלך מיט די פעשע פוס אויפן טיש, אונטערסירט אים נישט גארנישט, נישט קיין ווייץ,שחיטה, מקווה, קינדער ווערן געהארגעט, די מעכטיגע השחתה פון זיין ישיבה אונטער זיין נאז, גארנישט אונטערסירט אים נישט,,
או איז דאס א לאפעץץץץץץץץץ
ווען רבינו שליט''א האט אריין געברענגט ביי כלל ישראל אז מען קען עסן מצות פון ווייץ, וואס זענען נישט מבקעת, טראץ וואס די ראזענבערגס מיט די לויפערס האבן גשריגען אז מען קען נישט, מען טאר נישט, עס איז חמץ, עס איז יהרג ועל יעבור, עס איז ציונות, עס איז חדש, ערלה, כלאי כרם, קעגן די רביזכיתועלינו ,די בגד משי זאגט קלאר אז די ווייץ האבן פעפער מיט זאלץ, יעדער 48 שעה איז ערשינען א פרישה סיבה, פארוואס מען קען נישט, און מען טאר נישט, ,
ביז... ביז ... דאס ארגסטע האט פאסירט,
די נארמאלע ערליכע מענטשען פון די זאלי לאגער האבן זיך ענדליך אויף געוועקט, אז דאס איז נישט קיין תכלית, מיר זענען דאך פארט יודן, לאמיר לייגען די פאליטק און דער זייט, און לאמיר מקיים זיין די מצוות התורה וואו עס דארף צו זיין,
מיר ברעכן שוין פון די סייחים גלאט פלייש, די מליחה ואילך הכשר פונעם ריזן פאלאטישען דער געוועזענער ירושלימער רב, איז אונז נישט גילטיקג, מיר ווילן א עכליכע שחיטה, אזוי ק......... רח''ל מהאי דעתה בשכמל'''ו אלף פעמים,
מיר ווילן האבן ווייץ אזוי אלע ערליכע יודן פון די גאנצע וועלט, נישט מבוקעת ומצמוחות, מבוקעת ומצמוחות זאל דאראג מיט שילדקרויט פרעסן,
אקיצור זיי זען וואו מען קימט אן א הנהגה, מען מיז האבן א איש על העדה, א געהעריגע דעת תורה, מען קענט נישט ווערן געפירט דירוך די שלושה יאקאבאוויטשליך, אברהם בער, דוד לייבוש, יודא לעזער, הבאים כאחד, די בלאפערייען פון דער שווארצן לויפער זענען שוין אומדערדרעגליך, עס גייט שוין אריין בגדר פון לייצנות, רח''ל
די זאלי קעפ, האבן טאקע אויף געשטעלפט משכיל בלומענפעלד, אז ער זאל מסביר זיין פארן עולם, אז ניין עכט ווילן זיי נישט קיין הנהגה, זיי ווילן נישט קיין כשר'ע שחיטה, זיי ווילן זיך יא דירעקט ווערגן אויף מצמחות און מבקעת, איי זיי שרייען אז נישט? דאס זעט נאר אזוי אויס ווייל די די חלה דעקל - ארוינים זענען שליט אויף די איבערגעשפיצע יאקאבאוויטש מוחות מיט א שטארקייט,
מען האט שוין פארטיילט די פארמעגליך קרעפ פאר די קינדער,
די נחמה פון האבן די ''די גרעסטע ישיווע'' פון א קנאפע שישים ריבא בחורים, ווערט צו נישט, דירוך די שיינע בילדער פון די סטודענטען מיט די נאכט העמעדער מאכן ווילדע פייערען, און פראסקענען אויף זייערע משגחים, אזוי זייער רבי בן פראדל האט זיי געלערנט, און געטאן למעשה מיט זיין משגיח הרה''ג רבי מרדכי דוד קאהן שליט''א,
די זאלי קעפ זענען און אן ערענסטען קלעם, די גאנצע זאלי דאקטערין, גייט א גאנג, נישט דא וואס צו מאכן,
זייער ערענסטער עולם פארלאנגט רעפארעמען, מיר ווילן זיין יודן, נישט קיין פאלאטישענס שרייען זיי,
, די געשריי פאר א נארמאלע רוחניותדיגע הנהגה, ווערט העכער און העכער, דאס געשריי פאר כשר פלייש ווערט העכער און העכער, דאס געשריי פאר א מקווה טהרה מיט א נארמאלען הכשר ווערט העכער און העכער, דאס געשריי פאר כשר'ע ווייץ ווערט העכער און העכער, די זאלטץ אטאקעס זענען שוין א וועק געבלאזען געווארן צו די שווארצע ריחות,
זענען די זאלבאנשע פירער אויף געקימען מיט א מהלך, וואס ריפט ארויס שטוינינג און געלעכטער באנאזאם.
מען גיט נאך מאכן סאטמאר, יא! איר האט גוט געהערט!
איי סט''א? חדש? רביזכיתויגןליינו,? וויזניץ? לייטנער? א העק וויט איט!
די פראטיי גייט א גאנג, מען מיז ראטעווען די נקידה פונעם רביזכרונהלברכה.............
ווייץ גייט מען נעמען פון פלעצער וואו עס רעגענט נישט, כדי עס זאל נישט זיין קיין מצומחות, אזוי רבינו שליט''א האט איינגעפירט,
פלייש גייען זיי איינפירן אלע חומרות וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט און די סאטמארע שלאכט אויס און טעקסעס, ( חוץ שחיטה מנחת, מען איז נאך נישט דעגאנגען די סיבה פאר די דאזיגע חומרא נישט)
אזוי האפן זיי אז צו פארשטילן דעם געשריי, פון די ערליכע יודן און זייער לאגער,
זיי כאפן זיך נישט אז עס שטינקט פון קאפ, זייער אזוי דאמי פירער, דער עץ ואבן, דער דומם, ער איז די גאנצער פראבלעם, ער האלט נישט ביים ארבייטען, מיט אזא פירער קימט מען אן אקאראט וואו די זאליבאנצעס שטיין איצט!