בית פורומים אידישע געדאנק

ברעקינג: פרישע נייעס וועב-זייטל "בשורה" אין אידיש!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2011 06:38 לינק ישיר 
ברעקינג: פרישע נייעס וועב-זייטל "בשורה" אין אידיש!

מיט צופרידענהייט טוהן מיר מעלדן די נייעס, אז א נייע הערליכע מייסטערהאפטיגע נייעס וועב-זייטל אין אידיש מיטן נאמען "בשורה" האט זיך געעפענט.

דער הערליכער וועב-זייטל וועט דינען אלס א נייעס קאנאל אין אידיש, ווי זיי וועלן סערווירן דעם ארטאדאקסישן אידענטום מיט אינפארמאטיווע און אויטענטישע נייעס באריכטן, וועלטליכע געשעהנישן, אראפגעשריבן אויף א פראפעסיאנאלן אופן און ארומרעדן איבער נאך פארשידענע אינטערסאנטע טעמעס וואס פאסירן און אונזער וועלט'ל.

דער וועב-זייטל האט געברענגט צופרידענהייט ביי אלעמען צוגלייך, פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, שטרעמוגען און שאטירונגען צוליב איר שטרענגע פרינציפ פון נישט דערמאנען ח"ו און נישט פארמאגען קיין שום זאך וועלכע גרעניצט זיך מיט מוציא שם רע, לשון הרע, רכילות א.ד.ג. נאר וועט דינען אלס א ריין לויטערע אידישע וועב-זייטל מיט ריינע זשורנאליזם.
א ספעציעלע דגוש ווערט אריינגעלייגט דורך די רעדאקציע פון "בשורה" אין דעם גראפיג טייל פון דער קאנאל, אז עס זאל זיך ליינען גרינג, ווי ער וועט זעהן איז זי אויסגעשטעלט אויף א גאר א מייסטערהאפטיגען אופן.

דער בשורה איבער די ערשיינונג פון "בשורה נייעס קאנאל" איז גאר א פאזעטיווע אינעם וועלט פון זשורנאליזם, צוליב דער פאקט אז זי וועט דינען אלס דער איינציגסטער אידישער נייעס וועב-זייטל, מיט אקוראטע נייעס באריכטן אינעם אידישן שפראך, און דערצו זיין ריין און לויטער פון יעדן חשש לשון הרע, נגיעות א.ד.ג. און זיין בעזר השם א ריינע פלאטפארמע פארן ארטאדאקסישן אידענטום.
ליינט און האט הנאה!

 

besurah.wordpress.com


תוקן על ידי חזקה ב- 04/08/2011 06:46:17




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 08:04 לינק ישיר 

KCSP?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 08:07 לינק ישיר 

איך וואונטש מיטן גאנצן הארץ הצלחה פאר דעם "בשורה". ער איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער וואס רעדן זיך איין אז זיי גייען מאכן דעם דורכברוך און ברענגן פארן ציבור לויטער נייעס אןן לשה"ר און רכילות. למעשה האבן זיך נאך קיין איינס פון די דאזיגע סייטס נישט אויסגעארבעט. ‎​
 
בעצם איז שוין היינט באוויסט אז פאר לשה"ר און נייעס איז דא היידפארק, און פאר בלויז נייעס איז דא IVELT, דערווייל האט נאך קיינער נישט מצליח געווען אנצוצוען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2011 20:01 לינק ישיר 

ונזכה ונחי' ונראה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעקינג: פרישע נייעס וועב-זייטל "בשורה" אין אידיש!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext