שטינק-באמבע דורך חרדישע ארכילאגן בבית בנו של הראב"ד!
ווי שוין באריכטעט צוויי וואכן צוריק, האט זיך כ"ק הראב"ד שליט"א אריינגעלייגט צו זעהן וואס מען קען טוהן צו ראטעווען די טויזנטער קברים וואס ווערן אויסגעגראבן אין "נשר", שוין במשך פון די לעצטע 15 יאר, מיט די השגחה און מיטארבעט פון די חרדישע ארכילאגן ומחללי קברים, אתרא קדישא, פאר א ריזיגן געלט אפצאל, רח"ל.
פארשידענע פעולות זענען שוין אונטערגענומען געווארן, דערווייל אן ערפאלג, אבער מערערע רבנים האבן זיך שוין באקענט מיט די שרעקליכע פאקטן, און פילע פון זיי האבן שוין אנגערופן הרב שמידל און חזקי קאלמאנאוויטש און מענדל עקשטיין, און פאר אלע בהאט זיך אנטפלעקט דער זעלבער בילד: הרב שמידל און חזקי זאגן אז זיי האבן דערמיט גארנישט, זיי ווייסן ניטאמאל צו זאגן דערפון אז אתרא קדישא משגיחים נעמען קעיר פון די עצמות, (אבער יצחק ווייס אויף די אינטערנעט ווייסט גראדע יא, ווי שוין אראפגעברענגט זיין הודאה במקצת), אבער ווען זיי רופן מענדל עקשטיין, דער מענעדשער אויפן פלאץ אין נשר, זאגט ער אז ער טוט אלעס נאר לויט די פערזענליכע הוראות פון הרב שמידל, וועלכע האט [כביכול] א היתר פון הרב וואזנער.
אין די לעצטע פאר וואכן איז דער ענין געווארן מער און מער היציג, ווען אתרא קדישא האט אנגעהויבן באקומען פרעשור פון אלע זייטן זיי זאלן גיבן דין וחשבון וואס דארט גייט פאר, און אויב זאלן זיי דארפן פארמאכן זייער פראיעקט אין נשר, איז דאס דער מעגליכער סתימת הגולל אויף די ארגאניזאציע אתרא קדישא, וויבאלד דאס איז היינט פון זייערע איינציג פארבליבענע פראיעקטן פון וואו זיי ציען חינוא, ווען רוב רובם פון די השגחות איבער אר"י איז שוין אונטער די אנדערע ועד למניעת חילול קברי ישראל, און ווערט געפירט עפ"י הוראת הרבנים, מיט א קלענערע פרסום ווי ביז היינט, אבער מיט א גרעסערע זהירות און אמת'דיגקייט, און מיט גרויס זהירות וויאזוי צו באהאנדלען פראיעקטן אויף א וועג עס זאל נישט ארויסקומען קיין חורבנות וואס דער עבר מיט א"ק האט שוין ליידער באוויזן.
מיט אריבער א וואך צוריק שטייענדיג אונטרע גרויס היץ, האבן זיי אפגעטוהן די מעשה נבלה, ווען זיי האבן באווארפן די עצמות פון שוהם וועלכע זענען ליידער נתחלל געווארן, בשעת די קבורת העצמות אין יסודות, ווען די קבורה איז געטוהן געווארן דורכן ועד, און די טעראריסטן פון א"ק האבן באווארפן די עצמות אינאיינעם מיט די ערליכע עסקנים מיט שטיינער, און שפעטער אינדרויסן האבן זיי שיעור דער'הרג'עט איינעם פון די משגיחים פונעם ועד, וועלכער איז ארויסגעראטעוועט געווארן מיט ניסים דורך צוקוקער, און איז אפגעפירט געווארן אין שערי צדק שפיטאל פאר באהאנדלונגען פון עטליכע טעג. (און זיין קאר, האט איר אוודאי געזעהן די בילדער דערפון וויאזוי דאס האט אויסגעקוקט, ערגער ווי א אידישע קאר וועלכע פארט בטעות אריין צווישן די אראבער!).
אצינד די פארגאנגענע וואך ווען זיי זעעהן אז די דרוק ענדיגט זיך נישט, און די ערליכע עסקנים בראשות הרבנים גיבן חלילה נישט אויף די הייליגע פעולות, האבן זיי באשלאסן צו גיין אויף א שטאפל וואס פאר די אוערן וואס הערן דאס כאפט דאס א ציטער און א שוידער, אבער פאר די מלןמדי טעראר און די מלומדי השפלת כבוד הרבנים איז דאס זייער א פשוטע זאך.
סוף וואך האבן זיי אנגערופן אין שטוב פונעם ראב"ד, און איבערגעגעבן א באפעל פארן ראב"ד, אז אויב ביז אייניגע טעג טרעט ער נישט ארויס פון די אויספארשונגען וועגן די נשר חפירות, וועט ער שפורן א שלעכטן טעם!
ווי עס שיינט, האבן זיי נאכנישט גענומען די דרייסט צו גיין גלייך צום ראב"ד, און די נאכט האבן זיי געשיקט דעם מעסעדש אויף א בעסערן וועג, נישט מיט די מויל, נאר מיט זייערע גרויליגע שמוציגע הענט! (יא, די שמוציגע הענט פון א"ק וועלכע איז פארדעקט מיט די אזוי הייליגע מלבוש), און זיי האבן געווארפן שמוץ-באמבעס ביים שטוב פונעם זוהן פונעם ראב"ד, א זאך וואס איר האט נאכנישט געקאסט, און מרי וואונטשן אייך דאס נישט צו קאסטן! (דאס ברענגט א שרעקליכער שרעקליכער ריח פון פארדארבענע פיש וועלכע פארבלייבט אויף לאנגע טעג).
אט דאס זענען די יעצטיגע הייליגע פעולות פון די "הייליגע עסקנים", אט אזוי טוען זיי אצינד פרובירן צו טעראריזירן רבנים, זיי זאלן זיך נישט וואגן ארויסצוקומען מיט די שטוינענדע אמתע פאקטן איבער די שענדליכע חפירות פון אתרא קדישא אין נשר!
איין לימוד זכות וואס איז פארבליבן: זיי זענען שכנים מיט די חאמאס'ניקעס, און א ערנסטער טייל פון זיי זענען אויך פון די וועלכע פארן קיין איראן מיט די פאטשיילעס, ויתערבו מהם וילמדו מעשיהם. (א ביטער געלעכטער).
דער שוידער איז שרעקליך גרויס, אבער מיר זענען בכלל נישט אנטוישט! מיר ווייסן - נישט פון היינט - ווער די מענטשן זענען.
 |
|
|