ווען מ'פאנגט אן מיט שמיץ קעגן אתרא קדישא, גיי איך אפי' נישט ענטפערן, ווייל די קנס פון צואה רותחת, וועט א העכערער פון מיר באצאלן, און איך בין נישט געמאכט דערפאר.
נאר איין קשיא האב איך, וואס איז געשען צוויי יאר צוריק, אז עטץ האטס ענק ארויסגעלאזט מיט אן אטאקע קעגן אתרא קדישא, לויט ווי די זאגסט זענען זיי שוין פארעטערס יארן לאנג, ווואס איז יעצט געשען?????
איך געדענק נאך ווען עטץ האטס אנגעפאנגן די מערכה קעגן ר' אלימלך שטערן, האט עטץ געמאכט א גרויסע דיסקלעימער אין בלאט אז ח"ו מ'מיינט נישט ר' דוד שמידעל, נאר דער פראבלעם איז, אז אין אמעריקע האט מען עס איבער געבן פאר אום פאראנטווארטליכע חברה, וכו וכו' ענקער שטותים.
אבער יעדער איינער האט שוין דאן געוויסט, אז ענקער ציל איז אינגאנצן, אינטער צורייסן אתרא קדישא, אזוי ווי ענקער סיסטעמאטישע ציל, איז אויס צורייסן כל הקודש לנו, אנגעפאנגן ביי שומרי החומות, ווייטער קרן הצלה, דערנאך אתרא קדישא, און יעצט דער עדה.
אבער למעשה האט עטץ זיך נאכנישט דערוואגט צו דאס,
איז געשען וואס איז געשען, אז אהר'לע יקטר האט געמאכט א יד אחת מיט די עדיטאר פון בחדרי (גראדע א פרייער) און האט אנגעפאנגן צו פירן א שמוץ קאמפיין קעגן אתרא קדישא.
און אזוי ווי ענקער גאנצער עקסיטענץ איז דאך תלו אין הייד פארק, און דא פאשעט עטץ א גאנצן טאג, במילא זענדיג אז בחדרי איז ארויס קעגן אתרא קדישא, האט עטץ געמיינט אז הותרה הרצועה, און זיך אויך צוגעשטעלט צו די לינקע קרייזן.........
זענען געקומען די רבנים און געזאגט הרף............
וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.