בית פורומים כל העולם כולו

היסטאריע: בי"ד הגדול ווייזט צוריק שטיצע פאר "אתרא קדישא"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2011 21:12 לינק ישיר 
היסטאריע: בי"ד הגדול ווייזט צוריק שטיצע פאר "אתרא קדישא"

אין די לעצטע צוויי וואכן איז אתרא קדישא געווען אין א געיעג (צוליב סיבות וואס וועלן בקרוב ערשיינען) צו צאמשטעלן א קול קורא וואס זאל מחזק זיין אתרא קדישא, און ארויסגיין מיט א רוף אז נאר זיי זענען אחראי אויף קברי ישראל.

זיי האבן פארלייגט אומגעהויערע כוחות צושטאנד צו ברענגן א מושב בי"ד אין די עדה החרדית, וועלכע זאל ארויסקומען מיט א בריוו לחיזוק אתרא קדישא, אויף סיי וואסערע אופן.

ווען דאס איז דורכגעפאלן, צוליב וואס רוב רבנים האבן זיך אנטזאגט פון ערשיינען צו אזא [קאנטראלירטע] מושב בי"ד, זענען זיי ארויף צו יעדן רב פון די עדה פערזענליך, און געוויינט מיט טרערן אז די קברי ישראל זענען ממש אין א סכנה א דאנק די א"ג מחריבים וועלכע שטעלן זייערע [שמוציגע] אקטיוויטעטן אין סכנה, און אויב האט יענער רב זיך אנטזאגט פון נעמען א שטעלונג קעגן די אנדערע ועד, האבן זיי געבעטן אז כאטש זאלן  זיי שרייבן בלוטיז שטיצע פאר אתרא קדישא, אדער כאטש אן די נאמען אתרא קדישא, בלויז "די ערליכע עסקנים".

(איך קען  נישט זאגן זיכער אז זיי האבן פרובירט ביי יעדן עקסטער, אבער ביי צוויי רבנים האב איך א קראנטע רעפארט, און איך קען זיך פארשטעלן אז פארן גיין צו ראשי ישיבות האבן זיי פרובירט דאס בעסטע ביי אלע רבני העדה).

צו זייער ווייטאג, האבן אלע רבנים שליט"א מנהיגי העדה חברי הבד"ץ (אויסער דער גאב"ד ואכמ"ל) צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, און נישט געוואלט בשו"א אונטערשרייבן סיי וועלכע שטיצע פאר די מחללי קברים אתרא קדישא!

דאס איז א ערנסטער היסטארישע געשעעניש, אז די חברה טעראריסטן האבן שוין היינט אזא שוואכע איינפלוס, אז אפילו א פשוטע חתימה לחיזוק פון זייער הייליגע ארגאניזאציע, קענען זיי שוין אין די עדה נישט באקומען.

(פארשטייט זיך אז נישט יעדער איינציגער רב איבער ארץ ישראל האט ארויס וואס דא גייט פאר, ממילא איז גארנישט אזוי שווער ארויסצונעמען א חתימה פון דעם אדער יענעם, אבער די מנהיגי העדה די חברי הביד"ץ, זיי ווייסן שוין היינט זייער אסאך, און דערפאר האט פאסירט דער היסטארישער פאסירונג, בעסער געזאגט, היסטארישער "נישט-פאסירונג"...).

הג"ר משולם דוד סולווייטשיק שליט"א ר"י בריסק האט אויך נישט געוואלט חתמענען לטובתם, ביז זיי האבן געבעטן ער זאל בלויז שרייבן "עסקנים" אן די נאמען אתרא קדישא, וכך הוה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 21:23 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
הג"ר משולם דוד סולווייטשיק שליט"א ר"י בריסק האט אויך נישט געוואלט חתמענען לטובתם, ביז זיי האבן געבעטן ער זאל בלויז שרייבן "עסקנים" אן די נאמען אתרא קדישא, וכך הוה.


כ'מיין אז מיט דעם גייסטו שוין צו ווייט...

הגאון רבי משולם דוד שליט"א שרייבט קלאר אין זיין בריוו אז ער רעדט פון די ארגאניזאציע וואס טוהן שוין "למעלה מחמשים שנה" לטובת הצלת קברי ישראל. לפי ידיעתי איז די איינציגסטע ארגאניזאציע לטובת קברי ישראל וואס טוט שוין פופציג יאר "אתרא קדישא"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 21:48 לינק ישיר 

ער שרייבט נישט "ארגאניזאציע וואס טוט קרוב צו 50 יאר", ער שרייבט נאר די "עסקנים" וועלכע טוען שוין קרוב צו 50 יאר.

רוב עסקנים פון די נייע ועד ארבעטן שוין יארן לאנג אין אתרא קדישא, ביז 15 יאר צוריק, דער יו"ר פונעם נייעם ועד האט געארבעט אין אתרא קדישא זינט 50 יאר צוריק. (אגב, הרב שמידל ארבעט שוין 70 יאר, נישט 50).

דאס וואס איך זאג אז ער האט נישט געוואלט שרייבן אתרא קדישא האב איך נישט געזאגט סתם אזוי, איך האב געהאט די ידיעה שוין פאריגע וואך, מען האט שוין געארבעט אויף אים אפאר וואכן, ביז ער האט מסכים געווען אונטערצושרייבן די נוסח. (איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט אז אויב שרייבט ער נישט דאס ווארט אתרא קדישא אדער דאס ווארט ארגאניזאציע, האט דאס א פשוטע סיבה.. דאס איז נישט קיין צופאל).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:12 לינק ישיר 
מיט א ניכטערן בליק וואס האט היינט פאסירט



היינט איז ארויס געקומען א בריוו פון ירושלים'ער רב בנושא אתרא קדישא,ף איך וועל עס אראפ לייגן אביסל מיט א ניכטערע בליק יעדער זאל פארשטיין.

אפציעל איז ער רב אין ירושלים דער ראש פון די בית דין הגדול שבירושלים, ער קומט ארויס מיט א בריוו וועגן א נושא וואס איז קרוב לליבו ממש נאך פון אנטווערפען, אבער ראה זה פלא קיין איין חבר הבד"ץ האט נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צוצושטעלן צו אים, נישט הגאון ר' יושע ראזנבערגער און נישט הרב אולמן, לאמיר נישט רעדן פון ראב"ד מיט הרב יוראביטש וואס איז פון תו"א, וכו' אבער די צוויי וואס זענען זעלבסטשנדיג האבן גארנישט געשריבן.

ווער יא? לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מאכט א אסיפה ביי זיך אין שטוב ער וויל מאכן א גרויסע תקנה אין כשרות, נאכן א אסיפה קומט ער ארויס מיט א צעטל אונטערגעשריבן ער מיט דוד שלמה עקשטיין און מאיר אליעזר פרידמאן און שמואל שלמה טעלער, היש לך בזיון גדול מזו?.

טאקע דאס האט דא פאסירט, דער ירושלים'ער רב האט געמאכט א צעטל וועגן אתרא קדישא אבער ער האט נאר מצליח געווען צו נעמען חתימות פון עקשטיין'ס פרידמאן'ס און טעלער'ס אבער צוויבל'ס,

זאלונימלעך טייערע וועקט אייך אויף פון אייער שלאף ווערט נישט עקסיידעט פון דעם צעטיל וואס איז נישט מער ווי א גרויסע פלעק אויף אתרא קדישא מיטן ירושלים'ער רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:23 לינק ישיר 

אגודת חילול הקברים וואלט זיך געוואונטשן אויף אזא צוריקווייז בריוו פונעם גאב"ד שליט"א, וואו ער שרייבט אז ווער עס איז זיך מחבר מיט די ארגענעזאציע איז א "חבר לאיש משחית".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:25 לינק ישיר 
דא האט איר די "צוריקגעוויזענע שטיצע בריוו"





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:27 לינק ישיר 

איך זע קיינער פין די חברי הבד"ץ האבן אויף דעם פאשקעוויל נישט געוואלט חתמ'נען
מען האט שנעל דערשמעקט די רשעות אין די שקאצעריי פין די אתרא קדישא

די מדינה האט דערקענט זיי טאקע ווי דער איד האט געשריבן מלאך רע
אבער די ערליכע רבנים שטיין ווייט פין דעם טינוף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:34 לינק ישיר 

שלום עליכם הרב געלעכטער, שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט אויף דיין רעאקציע איבער פארשידענע הארבע נושאים. ב"ה דו ביסט דא צוריק.

איך וועל אנהייבן מיט איין שאלה, איך האף מיר וועלן קענען זיך האלטן אין קאנטראל, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

1) פארוואס וויל די בי"ד נישט גיבן א מכתב חיזוק פאר א"ק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:34 לינק ישיר 

מיינסט צו זאגן אז די רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן ליגן אין טינוף?

איך בין מוחה אויף דעם בזיון ת"ח. ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:36 לינק ישיר 


נאר דער ראב"ד ליגט אין טינוף? לשטתך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:38 לינק ישיר 



תוקן על ידי היראים ב- 10/08/2011 23:29:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:39 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
מיינסט צו זאגן אז די רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן ליגן אין טינוף?

איך בין מוחה אויף דעם בזיון ת"ח. ודי בזה.


אין די ''''מיינסט צו זאגן''' אז די רבנים וואס האבן 'נישט' אונטערגעשריבן ליגן אין טינוף?

איך בין מוחה אויף דעם בזיון ת"ח. ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:39 לינק ישיר 

פייוו בארא;

איך זע דא א בריוו פון די גדולי ירושלים ובראשם די היימישע ערליכע מנהיגים ה"ה מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ראשי ישיבת בריסק שליט"א און נאך, וואס שרייבן גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא, און גלייכצייטיג זענען זיי מזהיר ומתריע קעגן די וואס שטערן דעם מוסד.

עס איז נאך בכלל דא אויף וואס זיך צו טענה'ן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2011 23:41 לינק ישיר 

כדי נישט צו ווערן פארקראכן, וועל איך בלויז צוטירן מיין שאלה נאכאמאל.

ביטע גיין על ראשון ראשון.

FiveBoro כתב:
איך וועל אנהייבן מיט איין שאלה, איך האף מיר וועלן קענען זיך האלטן אין קאנטראל, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

1) פארוואס וויל די בי"ד נישט גיבן א מכתב חיזוק פאר א"ק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:41 לינק ישיר 

דאס אז ירושלימער רב האט אינטערגעשריבן איז געווען ערווארטעד וואס ברענגט אטאמאטיש איז יעדע רב וואס איז אינטער די עדה זאל אויך אינטערשרייבן ווי אייביג אין אזעלכע פעלער
דאס אליינס אז רוב רבנים וואס זענען אינטער די עדה זאל נישט אינטערשרייבן א בריוו ווי דער גאב''ד ערשיינט איז די אסאך א גרעסערע חידוש ווי אלעם..... אין מ'וועט מוזן אננמען די תירוץ וואס פייוו בארא האט געשריבן
חוץ אויב געלעכטער וועט טרעפן א בעסערע תירוץ




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2011 23:44 לינק ישיר 


זאג נאר פאר 10 יאר צוריק איז געווען אזא זאך אז א נושא פון ירושלים זאל זיין א בריוו נאר פון זקני ירושלים?

ברענג ביטע א אלטע מודעה וואס די חברי הבד"ץ האבן נישט אונטערגעשריבן נאר זקני רבני ירושלים,

איך בין דיר דן לכף זכות אז די ווייסט נישט ווי גרויס די בזיונות זענען פון אזא בריוו, דער צמיבור אין ירושלים וואס פארשטייט נעבעך דעם מצב זענען צובראכן אויף שארבן, די גאנצע עדה ווערט צופאלן, אז דער גאב"ד קען נישט בעטן די חברי הבד"ץ צו אונטער שרייבו א בריוו האט ער געמוזט נעמען זארגער מיט טורצין און אטיק.

ליין ביטע איבער נאכאמאל וואס איך האב געשריבן אויבן וועסטו אפשר פארשטיין דאס ביטערע מצב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטאריע: בי"ד הגדול ווייזט צוריק שטיצע פאר "אתרא קדישא"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext