ביטערע טראגדיה האט שאקיריט די גענצע חרדישע אידונטום אין לאנדאן הרהגה"צ ר' יעקב מאיר ליפשיץ ז"ל ר"י בעלזא (99 מכנובקא) איז געגאנגען געזונט אין פריש אין בעלזא בעטיון רד. מקוה א שעה פארן זמן אין איינער האט באמערקט אז ער שווימט אויפן וואסער מען האט גערופן הצלה זיי האבן געארבעט 20 מינוט אויף אים אין ביים אנקומען אין שפיטאל איז ער ל"ע נפטר געווארען ביים זמן כניסת שבת.
ער איז געווען איבער 20 יאר א מגיד שיעור אין בעל תפילה ימים נוראים אין בעלזא אויף בעטיון רד. . ער איז געווען א איד וואס כאטש ער איז געווען א גרויסער עושר האט ער ממש נישט געלעבט אין מיטגעהאלטן אז עס עקזעסטירט א וועלט אחוץ לערנען יומם ולילה . דאווענען שעות פלעגט ער דאווענען אין דבוק אין רבותינו הקדושים מבעלזא . מען פלעגט זאגן אויף אים קען מען זעהן וויאזוי א ריכטיגע בעלזא יושב האט אויסגעזעהן אינדערהיים.
מען האפט אין די עסקנים ארבעטן אז מען זאל אים ארויסגעבן ווי פריער דערווייל האפט מען אז די לוי' זאל זיין מארגן . בשורות טובות
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/08/2011 20:17:32