לאנגע שורות ביים רבי'ן היינט אין מחנה דברי יואל
ווי די בחורים האבן זיך שוין איינגעפירט פון יארן, קימט פאר אינעם היינטיגן טאג, חמשה עשר באב, א גרויסע געפראוועט-זיך ביים רבי'ן זאל זיין געזונט. ווי ס'איז באקאנט פון ספרי קודש, איז דער היינטיגער טאג א מסוגל'דיגע טאג פאר א זיווג הגון במהרה, איז אין הייליגען קעמפ איינגעפירט אז די אלע בחורים וואס זענען שוין אין די יארן, גייען זיך אריין געזעגנען ביים רבי'ן זאל זיין געזונט, און אויס'פועל'ן א זיווג הגון במהרה. א חבר מיינער וואס איז פינקט היינט דארט געווען זיך געזעגענן ביים רבי'ן, זאגט אז ער האט זיך נישט געקענט גענוג איבער קומען פון דעם מחזה הוד, ווי עס שטייען לאנגע שורות מיט בחורים, ביז ווייט אראפ אינעם גאס, יעדער מיט זיין קוויטל אין די האנט און מיט די גארטעל אנגעטוהן, שטייען מיט דרך ארץ, און ווארטן אויף זייער רייע אריינצוגיין צום רבי'ן זאל זיין געזונט. (דרך אגב, איז באקאנט די סיפור ביים עולם, וואס איז פארגעקומען פאר א יאר חמשה עשר באב, ווען די מוטער פון משפחת שטעסל פון ירושלים, וואס האט געהאט דריי עלטערע בחורים אין שטוב, האט נישט געוואלט אראפלייגען דעם טעלאפאן ביז ווי לאנג די רבי וועט אויס'פועל'ן א ישועה, די רבי נישט האבענדיג קיין ברירה, האט געזאגט, איר זאלט נישט זיין באזארגט, זיי וועלן נאך אלע א שידוך טון דעם היינטיגן יאר, און ויהי לפלא, אז דער דריטער איז א חתן געווארן ערב ראש השנה!!!!!!!!!!!!) ווי איינע פון די בחורים האט איבער געגעבן פאר מיין חבר, נעמט די רבי אויף יעדער איינער באזונדער, און הערט יעדן איינעם אויס, און ווינטש אן פאר די בחורים בסבר פנים יפות, וואס דאס אליינ'ס איז שוין א גרויסער חיזוק פאר די בחור. זענדיג אזא גרויסער שורה, פרעגט מיין חבר יענער בחור, צו ס'איז יעדעס יאר אזוי, האט איהם דער בחור געזאגט, אז יעדער באווינדער'ט עס טאקע אז דאס יאר איז אזא גרויסער עולם, אבער דער בחור לייגט צו אז דער חשבון איז פשוט, וויבאלד די ישיבה האלט שוין היינט ביי איבער אכט הונדרעט און פיפציג 850 בחורים, וואקסט דער עולם וואס דארפן חתנים ווערן אויך, במילא וועגען דעם איז דא אזא גרויסער עולם. בלייבט נאר איבער צו ווינטשן: גע'פועל'ט אלעס גוטס!!!
 |
|
|