בית פורומים אידישע געדאנק

קרית יואל פעדעראלע גרענטס - אנאליז

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2011 22:25 לינק ישיר 

דאס אז זיי נעמען פון רעגירונג גייט מיר נישט אן, נאר טאקע 'ווייל' זיי באקומען פון די רעגירונג וואלטן זיי נישט געטארט ארויסשלעפן קיין געלט פון אונז פאר דירות, וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 00:12 לינק ישיר 


איך שרייב עס נישט



תוקן על ידי have_hope ב- 18/08/2011 00:28:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 00:49 לינק ישיר 

אן אריינגיין אין די הלכה'דיגע שאלות וועגן מסר'ן די באנדיטן - וואס אגב זאגן קלאר אז א ווילדזש דארף נישט גיין צו די"ת - איז פשוט צום שטוינען וויאזוי די רויבערס שטעלן א בלעכענע פנים פאר זייערע אייגענע קיעלעך,

נעמט'ס לדוגמא די סקול טעקס, ס'העט מיר איינער זאגן אז פינעף און פיפציג מיליאן קלעקט נישט צו דעקן די הוצאות פאר א מוסד פון הונדערט קינדער?? 
ווילסט מאכען טאשן געלט? נעם געזונטערהייט! אבער וואס איז מיט א טעקס ברעיק פאר די איינוואונער וואס האבן קיין שום בענעפיט פון דעם סקול, ס'איז דיר אזוי וויכטיג ארויסצורייסען די דריי ביז צען טויזענט דאלער א יאר פונעם יונגעמאן וואס מוטשעט זיך צו דעקן זיין מארדגעטש נאך זיין מאגערע געהאלט פון בית השחיטה וכדומה?

און נאכדעם טוט מען זיך אויף אז מ'העכערט נישט קיין טעקסעס נאר ווען מ'דארף א נייע באס!!! נישט ווער זאל לאכען, וואס איז מיט א שטייער שניט אויף האלב??? 

די אפפרעיסעל און לאנד שאצונג ריקט זיך כסדר העכער און העכער, וואס ענטפערן זיי פאר זייערע קעלבער? די טאון מאכט די שאצונג... לאכטס א גוטס וויבאלד זיי זענען נישט וואס מאכן די שאצונג במילא איז נישט זיי וואס קאלעקטען די עודף, נאר ווער?? קיינער ווייסט נישט

נאכמער איז פאני אז די קעלבער הייבן נישט אן צופארשטיין פארוואס מ'רופט זיי חלה דעקלעך...

טייערע דעקלעך פארגעסט נישט - ווען מ'קלאפט מיט מעסיווטע פושקע ווארפטס אריין דעם קוואדער, פרוטה פרוטה מצטרפות, די מילאנען מיט דיין קוואדער ראטעווען די על קברו פון אונטערבראך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 01:14 לינק ישיר 

דאס האב איך געשריבן אין אנדערן פורם, אקטועל דא אויך.

עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס האט פאסירט פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אז א איד האט געטראפן א צווייטן איד לייענען דעם שטירמער,  די אנטעסעמיטישע צייטונג פון געבעלס ימ״ש, האט ער אים געפרעגט היתכן, האט ער גענפערט אז אין די יודישע צייטונגען לייענט ער נאר יודישע צרות, די רדיפות, די דחקות וכדומה, משא״כּ אין שטירמער שטייט נאר ווי רייך זיי זענן און זיי פירן די וועלט וכדומה.

איך זאג עס לגבי דעם, אויב וויל מען וויסן אפס קצהו (ווייל זיי ווייסן נישט אלעס) וואס די ווילעדזש לייגט אריין כוחות צו שאפן געלט פון די גאווערמענט, און עס געלונגט זיי ב״ה, זאל ער קוקן אין שכינותדיגן פורם.

זיי דעקן דארט אויף אז די ווילידזש האט אריינגעברענגט אין לעצטן יאר אליין פינעף און אכטציג מיליאן דאלאר ב״ה

מיר ווינטשן פאר די ווילעדש פירערס כה לחי, און א שיינעם דאנק פאר יענם פורם פאר ברענגן  די אינפארמאציע, ייש״כ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 01:30 לינק ישיר 

קיינער האט נישט קיין טענות אויף דעם וואס עטץ שאפטס די געלט. נאר אויב האט די ווילידזש טאקע געלט פארוואס מעלקט מען אויס דעם ציבור?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 04:10 לינק ישיר 

רבותי איך מוז מודה זיין -

נארפאקטן איז גערעכט איך האב נישט באטאנט אז צו מאכן 85,000,000.00 קומט נישט אן גרינג,

הגם איך זעה נישט פונקטליך וואס דאס איז משנה אבער ס'נעמט אסאך כוח און מיה צו פארדינען פינעף און אכציג מיליאן דאלער א יאר,

וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס איז דער כה לחי וואס ער ענדיגט, זייט ווען ברויך מען אפלאדירן עימעצן וואס ארבעט שווער צו מאכען שווערע מיליאנען?

צו האט איינער געטראכט צו אפלאדירן בערני מעדאף וואס שווער געארבעט צו פארדינען פוציג ביליאן דאלער,

דא האט איר א לעבעדיגע סעמפל פון א חלה דעקל

ער צאלט פול פרייז שכל לימוד
צאלט געפעפערטע סקול טעקס
צאלט פארן ניצען סאשעס פעסיליטיס
צאלט טייערער פאר די סובסידירטע מאסקאווי, ווי דער מאנסיער איינוואונער
שמעקט דעם סוער גרוך יעדעס מאל וואס ער טרעט אריין אין קר"י

עכ"ז ער קלאפט זיך אין רוקן אז אפאר מאנסטערס זענען טויגליך צו מאכן א הון תועפות אויף זיין חשבון און ווארפט זיי נאך צו צו טעגליך א קוואדער און די פושקע...

אדרבה, זענען זיי טאקע אזוי טיכטיג? טא לאמיר זעהן וואס זיי קענען דעליווערן וואס אלע איינוואונער זאלן קענען געניסן און נישט נאר פאר מסיווטע וואס סערווירט א פיצל פראצענט פון די תושבים
אדרבה לאמיר זעהן שאף 58 מיליאן פאר שטעטל נישט פאר א מוסד פון הונדערט קינדער

אז זיי ארבעטן אזוי שווער פארן ציבור, וויאזוי איז דאס אז א פארק פאר די טויזענטער קינדער פונעם שטאט האט מען נישט געקענט טרעפן וויצומאכן אינעם וואלקינג דיסטענס פונעם שטאט, אינדעם צייט וואס א א שלאכטהויז און א סוער פלענט און מצה בעקעריי זענען און הארץ פון שטאט???

אבער ווי געשריבן דער דעקל קאן נישט צזאמרעכענען דאס, ער ווייסט אז זיי דעליווערן, פארוועם דעליווערט מען? דאס איז איהם נישט קיין נפק"מ,

יעצט וואס הייסט מ'ארבעט שווער צו ערייכען די שווערע מיליאנען??

פראפעגאנדע!!!

ווען עס קומט וואלען פראפעגאנדירט מען און די מאנסטערס וויינען מיט קראקעדיל פאר אחדות אז מ'זאל נישט צוברעכן דעם בלאק וואוט ווייל אז נישט וועט מען נישט קענען שארן קיין שניי און נאר אזוי באקומט מען די אומצאליגע טובות פון די שטאטישע טאטעס, און די קיען ווי נאפאקטן לויפן שטימען מיט פארמאכטע אויגן און נאכדעם קלאפט ער זיינע אייגענע גענגסטערס און רוקן פאר מאכן אזוי ביטער ליצנות פון עם


תוקן על ידי zibala ב- 18/08/2011 04:12:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 12:01 לינק ישיר 

איך וויל מיר נישט אריינמישן אין דעם גאנצן דיסקוסיע, ווארום איך פיר נישט ס'ווילעדזש, און ווייס נישט וואס די חשבונות גענויע זענען, און מעגליך זיבעלע וואלט נישט אנדערש געפירט ס'ווילעדזש ווען ער זיצט ווען אויפן בענקל און עס ליגט אויף אים די עול פון פירן די אלע לעגאלע אקטיוויטעטן.

אבער דאס וואס די האסט געפרעגט פארוואזשע מען שטעלט אהער א "פארק" אינדערויסן פון שטאט, איז דער ענטפער צוליב דעם וואס עס זאל זיך שפירן ווי מען פארט ערגעץ אוועק מיט די קינדערלעך ארויס פון שטאט, עס זאל זיין מער אינטערסאנט פאר די קינדערלעך, אז "מען פארט ערגעץ אוועק, "אינדערויסן צו א פארק", אבער אין די זעלבע צייט, א ריינע צניעות'דיגע אויסגעהאלטענע פארק, פארשטאנטא? יעדע זאך האט א חשבון.

ביטע אויב די ווילסט מיר אנשרייען וואס איך האב דיר געענטפערט, רעדט צו מיר בלויז וועגען ס'פארק, און רעדט צו מיר וועגען אנדערע פראיעקטן, ס'איז זייער סימפל צו פארשטיין, און ס'איז א געוואלדיגע אויפטוה פאר אלע קרית יואל'ע איינואוינער צוגלייך.

מיט דאנק!


תוקן על ידי חזקה ב- 18/08/2011 12:03:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 16:54 לינק ישיר 

הייסט דאס האט גאר א פשט, ס'איז א געניאלע געדאנק - מ'איז מסביר די פארפארעטע מאמע'ס אז דעס וואס זיי קענען נישט ארויסשיקן אליין די קינדער און פארק איז גאר זייער טובה, ווייל וועלכע מאמע וויל נישט גיין טאג טעגליך חאלעמויד האלטן, און פאר אנערויני זיך צושלעפן מיט צען פיצלעך מיט א קאר סערוויס, אדער מיני באס איז א גאר אינטערעסאנטער אויספלוג...

קיינער ברויך נישט א פארק צומאכען א טריפ פאר די קינדער, ווען מ'זעצט זיך אריין מיט א גאנצע געזינדל אין א קאר צופארן איז דא גענוג ווי צוגיין, קרית יואל האט פיר טויזענט -  קינדער געבענטשטע משפחות, ווי די נייערע דעוועלאפמענטס האבן נישט קיין ברעקל הויף ווי ארויסצושיקן צו שפילן, זיי ברויכן א שפיל פלאץ פאר קינדער צוגיין מיט א גרויסע שוועסטער אויפזיכט,

י - איבערדעם וויאזוי זיי פירן די ווילידש איז און גאנצען נישט קיין דיסקוישען, די רעדע איז איבער זייערע געלט שלעפריי פון די רעגירונג פאר צוועקן וואס האט מיט די ווילידש אינגאנצן נישט קיין שייכות, אדרבה שטעל ארויף אויפן טיש וואז זיי האבן געליווערט פאר תושבי הקריה, אויסער וואס זיי האלטן און איין איבערקייען אז זיי מאכן סיידוואקס און ראודס, וויפיל מאל קען מען נעמען קרעדיט פארן מאכן סיידוואקס? צו ווייסט איר אז טויזענטער שטעטלעך איבער אמעריקע מאכט סיידוואקס?
זיי האבן גענומען א גרענט איבערצומאכן די שאפינג סענטער, ווער האט בענעפיט פון דעם? רענט איז נישט ביליגער געווארן, סך הכל האט דער אייגענטומער פון א ריעל עסטעיט געשעפט גענומען דעם ארויניס בלאק וואוט און עס איינגעקעשט און ער שרייט איך דעליווער...
וכהנה וכהנה - אבער ווען א קלוגער דעקל פרעגט פארוואס אינדרויסן פון שטעטל א פארק, באקומט ער א מייסטערהאפטיגן תירוץ און ער שפייט עס אויס דא אן א בושה..

תוקן על ידי zibala ב- 18/08/2011 16:57:07




תוקן על ידי zibala ב- 18/08/2011 16:59:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 17:34 לינק ישיר 

קהל יטב לב איז אויך אויפן פעדעראלן פעיראל...

Sub-award 16741 - Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc

Sub-Award Amount $23,665
Sub-Award Date 12/15/2009
Sub-Awards Disbursed 23665.00
Project Location - City Monroe
Project Location - State NY
Project Location - Zip Code 109506027
Project Location - Congressional District 19
Sub-Recipient DUNS Number 199093881
Sub-Recipient Address 7 Garfield Rd
Sub-Recipient City Monroe
Sub-Recipient State New York
Sub-Recipient Zip Code 109503871
Sub-Recipient Congressional District 19
Required To ReportTop 5 Highly Compensated Officials No



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 17:53 לינק ישיר 

נאך אביסעלע טשענדש פונעם סטימעלעס

[-] Sub-award 17158 - UTA CORP.

Sub-award Transactions
Sub-Award Amount $22,435
Sub-Award Date 02/08/2010
Sub-Awards Disbursed 22435.00
Project Location - City Monroe
Project Location - State NY
Project Location - Zip Code 109506300
Project Location - Congressional District 19
Sub-Recipient DUNS Number 011861446
Sub-Recipient Address 51 FOREST RD
Sub-Recipient City MONROE
Sub-Recipient State New York
Sub-Recipient Zip Code 109502924
Sub-Recipient Congressional District 19
Required To ReportTop 5 Highly Compensated Officials No

[-] Sub-award 16794 - UTA MESIVTA OF KIRYAS JOEL INC

Sub-award Transactions
Sub-Award Amount $19,880
Sub-Award Date 01/15/2010
Sub-Awards Disbursed 19880.00
Project Location - City Monroe
Project Location - State NY
Project Location - Zip Code 109505460
Project Location - Congressional District 19
Sub-Recipient DUNS Number 171305605
Sub-Recipient Address 9 NICKLESBURG RD UNIT 312
Sub-Recipient City MONROE
Sub-Recipient State New York
Sub-Recipient Zip Code 109505460
Sub-Recipient Congressional District 19
Required To ReportTop 5 Highly Compensated Officials No



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 18:24 לינק ישיר 

zibala כתב:
קהל יטב לב איז אויך אויפן פעדעראלן פעיראל...

Sub-award 16741 - Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc

Sub-Award Amount$23,665
Sub-Award Date12/15/2009
Sub-Awards Disbursed23665.00
Project Location - CityMonroe
Project Location - StateNY
Project Location - Zip Code109506027
Project Location - Congressional District19
Sub-Recipient DUNS Number199093881
Sub-Recipient Address7 Garfield Rd
Sub-Recipient CityMonroe
Sub-Recipient StateNew York
Sub-Recipient Zip Code109503871
Sub-Recipient Congressional District19
Required To ReportTop 5 Highly Compensated Officials No


איך מיין אז ר' יוסף וואלדמאן איז די אדרעס פין 7 גארפילד ווי קימט דא זיין אדרעס מיט קיט"ל ארונים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 20:04 לינק ישיר 

אוי פייגערן זיי פאר קנאה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 20:07 לינק ישיר 

דא האט עטץ נאך, וואס זאגט איר צו דעם?

ODA PRIMARY HEALTH CARE CENTER, INC.

Grant: $868,765 - Health Resources and Services Administration - Jun. 25, 2009


ODA PRIMARY HEALTH CARE CENTER, INC.

Grant: $237,094 - Health Resources and Services Administration - Mar. 23, 2009


UNITED ACADEMY INC

Grant: $143,545 - Department of Health and Human Services - Jun. 22, 2009

UNITED ACADEMY INC

Grant: $143,545 - Department of Health and Human Services - Jun. 22, 2009


BROOKLYN, NY

United Talmudical Academy Torah V'Yirah Inc

Total Received: $256,181.00 (sub-recipient) - Visit on the Web

Below you will find all the contracts, grants, and loans received by United Talmudical Academy Torah V'Yirah Inc as of October 30, 2009. You can sort by the different table columns. Click on an item for more information and to comment and vote on the item.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 20:39 לינק ישיר 

טיפישע ארויני,ס
 דאס איז לאנטש פראגראמען וואס יעדער נעמט, מיינע קרית יואל'ע ציפערן אינקלאד דאס אינגאצען נישט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2011 20:41 לינק ישיר 

בני_אדם כתב:
אוי פייגערן זיי פאר קנאה,


ביטע ערקלער ווער איז דער "זיי"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קרית יואל פעדעראלע גרענטס - אנאליז
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.