ביקור התרוממות פון מרן רבינו שליט"א אין מחנה רב טוב
היינט אינדערפרי איז אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אליקים פרענקל הי"ו פון קרית יואל, און דערנאך מרן רבינו שליט"א ארויסגעפאהרן אויף א באזוך אין מחנה רב טוב.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 8:00 אזייגער (קעמפ זייגער) ווי דער רבי שליט"א איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד פון כיתות ו' ז' און ח' פון מוסדותינו הק' בארא פארק וועלכע איז אונטער די הנהלת פון הר"ר זרח שפירא שליט"א, ווי די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן לערנען און דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן ווי דער רבי האט זיך אפגעשטעלט ביי אסאך חברותות און פארהערט די קינדער און מפלפל געווען אין זייערע לימודים.
דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד פון די תלמידי כיתות ו' ז' און ח' פון מוסדותינו הק' וויליאמסבורג וועלעכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר משה אלי' גרין שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט אויך דארט ארומגעגאנגען צווישן די קינדער און זיי פארהערט די לימודים, און צווישן אנדערן האט דער רבי שליט"א זיך מפלפל געווען מיט נכדו היניק כמר אלעזר ני"ו בן בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אין ביהמ"ד פון די כיתות ו' ז' און ח' וועלכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר יואל שטערן שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט און פארהערט אין די לימודים.
ארום 9:15 האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית מיט די תלמידי כיתות ט', וועלכע האבן געדאווענט מיט גרויס התרוממות האבענד'יג די זכי' צו דאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו פון וויליאמסבורג, הב' בן מוה"ר יעקב ווידער הי"ו, הב' בן מוה"ר קאפל ליכטענשטיין הי"ו, און הב' בן מוה"ר נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו פון וויליאמסבורג.
נאכ'ן דאווענען זענען אלע קינדער געגאנגען עסן פת שחרית און דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן א ענגע מסיבת לחיים מיט די חתני הבר מצוה און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די בר מצוה בחורים.
נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד פון כיתה מכינה לשיב"ק פון בארא פארק וועלכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי די בחורים האבן דאן געהאלטן אינמיטן לערנען, און דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט פארברעגט מיט די בחורים אין לערנען.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריינגעגאנגען אין ביהמ"ד פון די תלמידי כיתה מכינה לישיבה קטנה וויליאמסבורג וועלכע'ס איז אונטער די הנהלת פון הר"ר יודא בער טעלער שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט זיי פארהערט און זיך ארומגעקוקט אין זייערע לימודים אויף א שטיק צייט.
נאכ'ן פארהערן די תלמידי כיתות מכינה לשיב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים מיט די קינדער פון כיתות ו' ז' און ח' פון אלע חלקים ווי מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען פאר די קינדער לענגערע דברות קודש - דברי התעוררות והתחזקות בעניני לימוד התורה והרחקה משקר און נאך.
אינצווישן איז אויך אנגעקומען צום באזוך הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.
דערנאך איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כיתות מכינה לשיב"ק ווי דער רבי שליט"א האט אויך פאר זיי משמיע געווען לענגערע דברות קודש - דברי התחזקות פאר די בחורי חמד.
אלע דברות קודש וואס איז געהערט געווארן קען מען הערן אויף קול סאטמאר אויף עקסט. 44 און 53.
•♦•
באזוך פון רבי'ן שליט"א אין מחנה בית רחל
נאך דעם לענגערע באזוך אין מחנה רב טוב ביי די אינגלעך איז דער רבי שליט"א געפאהרן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאולסבורג, ווי עס האט זיך אויך געפונען די מייסטער ווערק וואס די תלמידות המחנה האבן צוגעגרייט צו דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א.
דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד "בית אברהם אבא" אין מחנה בית רחל ווי עס איז דא א גאנץ זוממער דער כולל ווי עס איז פאהרגעקומען א לחיים מיט די אברכי הכולל פונעם ארט און די ילדי הת"ת וועכלע געפונען זיך אין מחנה בית רחל אויפ'ן זוממער.
קודם האט אויפעטרעטן דער מנהל הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א וועלעכער האט מקדם געווען בברכה פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די נייע שפיעל הויז וואס איז געבויעט געווארן היי יאהר, ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות. און דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך איבערגעגעבן פאר די תלמידות קורצע דברות קודש און דברי הדרכה בעניני צניעות ועוד זאגענדי'ג אז פון מצרים זענען די אידן ארויס אין זכות פון די נשים צדקניות ווי מען האט זיך אויסגעצייכענט אין שם לשון און מלבוש, אזוי אויך זאל דער אויבערשטער העלפן אז בזכות נשים צדקניות זאלן מען בקרוב זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות.
אויך האט הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו און נאך חברי ההנהלה קובע געווען מזוזות אויפ'ן נייעם בנין.
נאך די קביעות מזוזה ודברות קודש איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך צום זוממער וואוינונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות, און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם קעמפ פון מיט חיזוק פאר די תלמידות און מחנכות שיחיו, אויפ'ן וועג אהיים למעון קדשו אין קרית יואל.
נאך וואס דער רבי שליט"א איז אוועקגעפאהרן פון קעמפ איז אפגעהאלטן געווארן א גראנדיעזע מעמד קבלת פנים לכבוד הרבנית הצדיקת תליט"א.
•♦•
ביינאכט איז בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים מוה"ר משה גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל - אבי החתן, און מוה"ר חיים שמואל שפילמאן הי"ו פון קרית יואל - אבי הכלה ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.
•♦•