באקומען אין אימעיל באריכט פון ירושלים עיה"ק:
איך קום יעצט צוריק פון די גרויסארטיגע מלוה מלכה און מסיבת קבלת פנים לכבוד אורחינו המשב"ק שליט"א, איך האב נישט די ווערטער אין מויל צו שילדערן דעם שיינקייט פונעם מעמד. דער קלימאקס איז ללא ספק געווען די דרשה נפלאה פונעם חשוב'ן גאסט רעדנער המשב"ק שליט"א, נאנט צו דריי פערטל שעה האט ער געהאלטן געשפאנט דעם גאנצן ציבור, ווען פון מינוט צו מינוט גיסט זיך פון זיין מויל ווי א מעיין הנובע בליציגע געדאנקען און שיינע סיפורים פון בעל ההילולא מרן רביה"ק זי"ע און אזוי אויך א שלל מיט מעשיות פון די דביקות פון מרן הברך משה זי"ע אין גרויסן פעטער.
די דרשה איז געווען אן העכט געלונגענע דרשה במלוא מובן המילה, פון מינוט צו מינוט האט ער זיך דערמאנט נאך א מעשה און א ווארט פון רבי'ן זי"ע ומפי ספרים וסופרים, אינעם ביהמ"ד האט געהערשט א שטילקייט ווען יעדער שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן צוהערנדיג די דברי פי חכם חן.
איך בין דא גארנישט מגזים, די דרשה איז געווען העכער אלע ערוואטונגען, עס האט שטארק באאיינדרוקט דעם גאנצן ציבור וועלכע זענען געשטאנען געפלעפט הערנדיג די אזוי רייכע פערל ווערטער פונעם משב"ק מיט אזא נעימות און מתיקות.
עס איז געווען א נחת צו קוקן די פנימ'ער פונעם ציבור נאך ווען ר' משה האט געענדיגט זיין רעדע, יעדער איז געווען אזוי צופרידן, דער עולם איז דאס ערשטע מאל געוואויר געווארן וואספארא ידען נפלא און בור סיד שאינו מאבד טיפה בתורת החסידות און במיוחד בתורת ועובדות מרן רביה"ק זי"ע.
אן עקסטערע פארגעניגן איז געווען ווען ער האט געשילדערט פילע מעשיות פונעם רבי'ן הברך משה זי"ע וואס נאר ער זעלבסט האט דאס מיטגעהאלטן, ער האט דאס אראפגעלייגט אזוי אריגינעל און בע'טעמ'ט, עס לאזט זיך גארנישט זאגן.
אשרי אין ראתה כל אלה...
 |
|
|