בית פורומים כל העולם כולו

ר' חיים יוסף לייטנער שטעכט אריין א מעסער אין די בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/8/2011 22:17 לינק ישיר 
ר' חיים יוסף לייטנער שטעכט אריין א מעסער אין די בני יואל

ווער וואלט זיך געגלייבט אז ר' חיים יוסף, דער זון פון דעם רשכבה"ג פון די בני יואל, וואס זיין ציון איז סמוך ונראה, וועט אזוי גיט צופיקסן די בני יואל?

ומעשה שהי' כך הי', ר' חיים יוסף האט נעכטן חתונה געמאכט אין דעם נייעם זאל און ווי ס'איז דער מנהג פון די פיינע בני יואל וואס טשעפען נישט קיין פליג האבן די מחותנים געמוזט איינמעלדן ווער ס'גייט זיין מסדר קידושין ווי נאר זיי האבן ארויסגענומען דעם זאל כדי זיכער צו מאכן אז ס'קומט חס ושלום נישט פאר קיין כשר'ע חתונה מיט רשות פונ'ם מרא דאתרא.

איז אבער די פראבלעם אז ר' חיים יוסל'ס שווער, שוואגערס און איידים זענען סאטמארער חסידים און אים קלאר געלאזט וויסן אז אויב וויל ער זיי זאלן קומען צו די חתונה מוז עס זיין א סידור קידושין מיט רשות

 

ר' חיים יוסל ווייזט אויס האט דאך מענטשליכקייט אין זיך, און נישט ווי אנדערע בני יואל משפחות וואס האבן מסכים געווען צו ציברעכן זייערע משפחות, מצער זיין זייערע ווייבער, און שאפן הארץ וויי פאר עלטערע אידן (אזוי ווי איין טרויעריגע משפּחה וואס האט די וואך שיער געפירט זייער טאטן אין קבר אריין מיט'ן אים אויסטיילן שוידערליכע רדיפות ווייל ער האט נישט געוואלט קומען צו דעם זאל און זיי זענען אליין נישט געגאנגען צו די חתונה פון זייער ברודער ווייל יענער האט מכבד געווען דעם מרא דאתרא מיט סידור קידושין) און ער האט מסכים געווען אוועקצוגעבן די סידור קידושין פאר זיין שווער, הרב ר' שמואל חיים ראובן וואגשאל שליט"א אז ס'זאל קענען זיין א סידור קידושין מיט רשות

 

ר' שח"ר איז אראפּגעקומען צום רבי'ן קיין קרית יואל בעטן רשות און רבינו שליט"א האט אים עס געגעבן מיטן גאנצן הארץ. ר' שח"ר האט זיך אפּגערעדט פארן רבין אז ער האט מורא אז זיין איידים וועט אים אויסשפילן און אים נישט געבן סוכ"ס סידור קידושין אבער דער רבי האט אים געזאגט, "איר קענט רואיג גיין צו די חתונה און איר דארפט גארנישט מורא האבן"

 

נעכטן פארנאכטס האט זיך א ציבור פארזאמלט נעבן דעם בני יואל זאל צו די חופה. דער שמש רופט אויס הרב הצדיק מאנטיווידעאר רב שליט"א איז מכובד מיט סידור קידושין, אבער רח"י דרייט זיך אויס צו אים און זאגט אים, "איך בין מכבד מיין שווער"

 

די פארזאמלטע בני יואל האבן געמיינט אז זיי פאלן אויפ'ן נאז אראפ. אויף אזא פלאפ האבן זיי זיך נישט געראכטן. ביז די לעצטע מינוט האט יעדער געוויסט אז ר' ח"י גייט מסדר קידושין זיין. דאס איז דאך געווען דער תנאי כדי צו באקומען דעם זאל, און דער האט זיי אזוי מיאוס אויסגעשפילט און געמאכט א קנוניא מיט זיין שווער און איידים. די חברה האבן געשאלטן און געקריצט מיט די ציין אבער פאר ר' חיים יוסל האט געווארפן די גאנצע בני יואל פּארטיי אויפ'ן דראנג. פאר אים איז וויכטיגער געווען אז זיין רביצין זאל נישט האבן א צושטערטע שמחה

 

ביז מינוטן איז באקאנט געווארן די גוטע נייעס אז סאיז אפּגעהאלטן געווארן נאך א חתונה מיט רשות און צענדליגער קארס מיט תושבי קרית יואל האבן זיך ארויסגעלאזט צו גיין אפגעבן מזל טוב פאר די חשובע מחותנים

 

מזל טוב! מזל טוב! האט דער עולם ווארים אנגעווינטשן זיך פרייענדיג מיט די גרויסע שמחה

נאך א חתונה ע"פ הלכה, נאך א מעסער אין רוקן פון די פארזויערטער בני זואל

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2011 22:57 לינק ישיר 

נאך אפאר אזעלעכע מעסערס פליז,
אפאר יאר צוריק וואלט איר געהארגעט מענטשן פאר אזא מעסער שטעך, ווער האט זיך געגלייבט אז מען וועט דא האלטן אז ר' אהרן אליינס וועט גיבן רשות פאר אנדערע צו זיין מסדר קדושין?

אז מען לעבט דערעלעבט מען.

קינדערליך טייערע, וועקט אייך אויף פון שלאף, בני יואל חתונה זאל איז א פאקט, עס העט אייך קיין סאך ניקסט העלפן.




תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 22/08/2011 22:59:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2011 23:52 לינק ישיר 

ווער ס'קען זאל ביטע אהער ברענגן דעם קאפי איך זע יענע אשכול איז צוגעמאכט כ'האב מורא ס'איז אויפן וועג צום אפגרינד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' חיים יוסף לייטנער שטעכט אריין א מעסער אין די בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext