בית פורומים כל העולם כולו

רבם דקרו:מאנטעווידעא רב איז מוחה קעגען די בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2011 20:02 לינק ישיר 
רבם דקרו:מאנטעווידעא רב איז מוחה קעגען די בני יואל


די וואך וועט אריין גיין אין היסטוריה פון די מערכה קעגען די פורצי גדר מיט מחלל קדושין זיין אן רשות פון דער מרא דאתרא, מיט דעם וואס די סאמע גרעסטע פון די בני יואל האבן געזאגט פאר זייער ציבור, "איר קענט טוען מיט אייערע קינדער וואס איר ווילט, אבער מיר זענען קלוגער פון דעם מיר זענען נישט מפקיר אונזערע קינדער"

לאמיר אנהייבן מיט די גאנצע מעשה באריכות.

פאר א האלבע יאר צוריק האט הגה"צ ר' חיים יוסף לייטנער שליט"א אב"ד מאנטעווידעא ממלא מקומו פון ר' חניני' אברהם דער ראש פון די בני יואל, דער אוהל אויפן בית החיים, א שידוך געטוען מיט זיין בחור, די מחותנים זענען געווען גרייט אויף אלעס, אויסצאלן די גאנצע חתונה מיט אלע מתנות פון ביידע צדדים, מיט איין תנאי "די חתונה מיז זיין אין די זאל אן רשות פון דער מרא דאתרא".

צום ערשט האט זין דער רב מתנגד געווען ווייל ער ווייסט וואס זיין טאטע האט געהאלטן, אבער נאכן זען אז א ברירה האט ער נישט האט ער מסכים געווען בלית ברירה צום שידוך.

דא איז ער אבער אריין געפאלן אין א פראבלעם, א גרויס חלק פון זיינע שוואגער'ס ובראשם זיין שווער זאל זיין געזונט זענען שטארקע חסידים פון רבינו הק' בעל ברך משה און מ"מ כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, דאס מיינט אז א חלק פון די משפחה וועט נישט קענען זיך משתתף זיין ביים שמחה ובראשם דער גרויסער זיידע שליט"א.

במשך פון די 6 חדשים האט דער רב פראבירט צו בעטן פון די בני יואל צו קענען נעמען רשות מסדר קידושין צו זיין אבער זיי האבן פארשטאנען "אז אויב דער מ"מ פון ר' אברהם לייטנער וועט נעמען רשות איז עס א טויט קלאפ פאר די זאל" און זיי האבן בשום אופן נישט מסכים געווען.

דער זיידע וואס איז א גרויסער חסיד פון רבי'ן שליט"א און אויך א שוואגער פון ר' לייבוש שליט"א האט אנגערופן זיין שוואגער פרעגן כדת מה לעשות, (נ.ב. פאר ווער ס'קען עם איז ער זייער נאנט מיט זיין שוואגער און רעדט זיך מיט עם דורך זייער אסאך מאל), דער שוואגער האט גענפערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו גיין צו אזא חתונה נאר מיט בעטען רשות פון דער מרא דאתרא שליט"א.

נאך אזא קלארע פסק פון זיין שוואגער, האט דער זיידע געשיקט א שליח צום רבי'ן בעטן רשות, דער רבי האט אויסגעהערט די השתלשלות הענינים און געזאגט אז ער געט רשות פאר זיידע'ן מסדר קידושין זיין בשליחותו.

דא האט זיך אנגעהויבן א נייער טעראר אויף א אופן וואס איז נאכנישט גהערט געווארן איך וועל ממשיך זיין ביז עטליכע מינוט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2011 20:29 לינק ישיר 
די טעראר אויף איינע פון די עלטסטע תלמידים פון רבי'ן



לאמיר אביסל שרייבן ווער איז דער שווער פון מאנטעווידעא רב, דער שווער זיינער איז הרה"צ ר' שמואל חיים ראובן וואגשאהל שליט"א מ'לאנצהוט בן הגה"צ אבד"ק לאנצהוט זצ"ל און שוואגער בזיווג ראשון מיט ר' לייבוש לייזער מפשעווארסק שליט"א.

א איד פון איבער די 90 יאר וואס איז אדוירך דער קריג פון גאליציע נישט פון אונגערין וואס איז געווען א יאר נאר איבער 5 יאר איז ער געווען ביים קריג, ער האט ב"ה איבער געלעבט דעם קריג און אויפגעשטעלט א שטוב לשם ולתפארת אויפן שענסטען אויפן וואס איז געווען שייך.

ער האט נאך די חתונה געוואנט אין מאנסי געגנט נישט אין וומ"ס אבער דאך איז ער יעדע עטליכע וואכן געקומען צו פארן צו רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, און יענע צייטן האט פארן געמיינט מיט א געלע באס איבער 2 שעה פון מאנסי, אבער אלס א חסיד מובהק פון רבינו הק' האט ער עס נישט אנגענומען שווער און כסדר געפארן צום רבי'ן.

ווען סעקווער רבי האט געבויעט דעם שטעטל איז ער געווען פון די ערשטע תושבים, און דאך האט ער ממשיך געווען צו פארן זייער האפט צו רבינו הק' זי"ע אויף ימי דפגרא וכדומה, א איד וואס לעבט סאטמאר און אטעמט סאטמאר שוין איבער 60 יאר.

נאכן פטירה פון רבינו הק' בעל דברי יואל האט ער זיך מכניע געווען אונטער ממשיך דרכו בקודש רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע, ווי אסאך אידן געדנקען ער פלעגט קומען צו די טישן און אריין גיין מיט קוויטלאך, און נאך די פטירה פון רבינו הק' האט ער זיך מכניע געווען אונטער די הנהגה פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מיט א זעלטענע הכנעה ווען דער רבי קומט אויף מאנסי גייט ער צום רבי'ן ווען ער פארט אויף קרית יואל גייט ער צום רבי'ן צום טיש מיט א קוויטל מיט א זעלטענע הכנעה.

יעצט ווען ס'איז געקומען דער מצב און נאכן זיך דורך רעדן מיט זיין שוואגער האט ער קלאר געשטעלט אז ער גייט נישט צום חתונה פון זיין יונגסטע קינד פון די עלטסטע טאכטער נאר מיט רשות, זיינע קינדער האבן פראבירט עם איבער צו רעדן, און אפי' דערשרעקן "וואס מאכסטו זיך נעריש דיין טאכטער מאכט חתונה די יונגסטע קינד אביסל נחת נאך אזעלעכע שווערע יארן וועסטו נישט גיין?" אבער הוא באחד ער האט געשיקט א שליח בעטן רשות.

און דא צו א מופת פון רבי'ן, דער רבי האט געזאגט אז ער געט רשות פאר דעם זיידען צו מסדר קידושין זיין, די בני יואל וואס האבן פארשטאנען די קלאפ פון דעם, האבן געוואלט מאכן אזא שפיצל "מכבד זיין דעם זיידע און דער זיידע זאל עס צוריק געבען פאר איידעם אזוי וועלן זיי קענען זאגן אז ס'איז נישט געווען רשות" דער זיידע האט געפרעגט דעם רבי'ן צו ער קען עס מאכן, האט דער רבי גענפערט בזה הלשון "זיי וועלן דיר געבען סידור קידושין" די זיכערקייט איז געווען זייער מאדנע ווייל די טעראר פון די בני יואל איז געווען גאר גרויס, אבער דער זיידע ווי א חסיד האט פארשטאנען אז דער רבי זאגט וועט אזוי זיין

די נאכט פון חתונה איז אנגעקומען, דער זיידע איז געווען זייער אנגעצויגן וואס וועט זיין, ביים קבלת פנים האבן נאך די בני יואל פראבירט צו לייגן דרוק אויפן זיידען אבער הוא באחת ניין ער וויל נישט מכבד זיין זיין איידעם נאר ער האט רשות.

דאס איבעריגע איז איבריג צו זאגן דער זיידע האט מסדר קידושין געווען און אלע קרובים זענען געקומען צום חתונה אפי' הרה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א וואס איז א מגיד שיעור אין ישיבה גדולה איז געקומען וואס יעדער פארשטייט אז אן רשות וואלט ער נישט געקומען צום חתונה.

איך וועל ממשיך זיין ביז אפאר מינוט די המשך השתלשלות הדברים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2011 20:58 לינק ישיר 
די מעשה מיט'ן בריוו



די בני יואל וואס האבן פארשטאנען אז דאס איז א טויט קלאפ פאר זיין האבן געלייגט דרוק אויף מאנטעווידעא רב צו שרייבן א בריוו, אבער ער נאכן זיך אן עסן 6 חדשים פון טעראר האט שוין נישט געהאט א גינסטיגע מיינוג אויף די גאנצע זאך, האט געשריבן זייער א פארווע בריוו אז די קהילה בני יואל איז א גוטע זאך, אן דערמאנען קיין ווארט פון די סידור קידושין מעשה, וואס אגב דאס איז די סיבה פארוואס די בריוו איז נישט ארויף געלייגט געווארן אויף זייער פורום, ווייל דאס איז א גרויסער ליצנות פאר זיי אז דער מ"מ פון דער אוהל פון זייער בית החיים שרייבט אזא שוואכער בריוו.

דא איז דער גאנצער בריוו



לאמיר עס אפלערנען וואס שרייבט ער דא

משום כמה סיבות האט זיך אויפגעשטעלט א קהילה בני יואל וואס האבן געמאכט מוסדות לבנים ובנות און האבן מצליח געווען, און עס ווערט געפירט דורך רבנים ת"ח אויפן דרך פון רביה"ק בעל ויואל משה, און יעצט האבן זיי געמאכט א זאל ווי צו חתונה מאכן עפ"י תקנות פון רבנים ות"ח.
קודם איז בני יואל נישט אויפגעשטאנען וועגן פרומקייט ח"ו נאר וועגן כמה סיבות, סידור קידושין מאן דכר שמיה אין די גאנצע בריוו?, בקיצור פארווע אויף זייער א קלארע אויפן וואס זיי אליינס האבן פארשטאנען אז דאס קומט נישט אויף זייער פורום, ווי ס'איז בל יראה ובל ימצא.

נאך די חתונה ווען זיי די בני יואל האבן זיך אויפגעוועקט מיטן מציאות אז די סאמע גרעסטע ביי זיי האבן נישט געוואלט מפקיר זיין זייערע קינדער און גענומען רשות, האט זיך אנגעהויבן א טעראר אקציע אויפ'ן מאנטעווידעא רב מיט א מעסיווע אטאקע, אנגעהויבן מיט א סטראשע אז זיי לאזןן נישט מאכן די שבת שבע ברכות און זענען מבטל די גרויסע שלוש סעודות אין ק"י, ביז גאר נידריגע סטראשונגען אויפ'ן רב אז אויב ברענגט ער נישט א בריוו פון זיין שווער ביז שבת וועט נישט גוט זיין.

אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעהויבן א אטאקע אויפן אלטען זיידע וואס איז געווען נאכן נישט שלאפן א גאנצע נאכט, אז ער מיז שרייבן א בריוו פאר שבת דוקא אן קיין ישוב הדעת, דער זיידע שליט"א וואס האט נישט געוולט מאכן קיין געאיילטע שריט האט זיך געבעטן צו זיי ווארט ביז נאך שבת איך וועל שרייבן דעמאלס מיט א רויהיגע קאפ אבער די בלוט דארשטיגע טעראריסטן האבן געוואלט שוין יעצט אן ישוב הדעת.

א קנאפע הלבע שעה פארן זמן כניסת השבת האט זיך באוויזן צום זיידע איינער פון די משפחה און פראבירט צו מאכן א בריוו אז דער זיידע זאל אונטער שרייבן, דער זיידע וואס איז נישט געווען קיין נער האט פארשטאנען אז דאס איז דברים שאינו לרוחו, זענען זיי אויפגעקומען מיט א טאקטיק.

זיי האבן גענומען די אויבן דערמאנטע בריוו און געבעטן דער זיידע זאל צושרייבן אז מען האט עם זייער שיין מכבד געווען ביי די חתונה, מיט זיין חתימה רוב מענטשען וועלן ממילא נישט ליינען וואס ס'שטייט און מע וועט קענען פויקן אויף הייד פארק אז ער האט אונטערגעשריבן.

צו דעם האט שוין דער זיידע מסכים געווען נאך א האלבע שעה תחנונים און טעראר, און אן אפ ליינען די בריוו ואס זיין איידעם האט געשריבן האט ער געחתמט אז מען האט עם זייער שיין מכבד געווען.

דער זיידע האט געהאלטן און איין זאגן (און דאס איז רעקארדירט) אז ער האלט נישט פון די בני יואל ער איז א חסיד פון ברך משה זי"ע און רבינו שליט"א איבערהויפט נאך די אויבן דערמאנטע מופת פון רבי'ן

המשך וועט נאכפאלגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2011 21:27 לינק ישיר 
די מחאה פון מאנטעווידעא רב שבת צופרי



נאכן לייגן טעראר פון איבער א האלבע שעה און ארויס גערווישן פון א אלטער איד נאכן נישט שלאפן א גאנצע נאכט עפעס א שורה ווי כאילו ער איז מסכים צו די בני יואל האבן זיי מיט א שמחה געמאכט גרויסע קאפי'ס אוןם עס אויפגעאנגען אין חרדים.

דער זיידע איז ביזדעוייל געווען זייער צוטראגן אז כאילו ער האט אונטערגעשריבן בעד די בני יואל "א זאך וואס זיי אליין זענען מודה אז ס'איז נישט אמת, מיטן עצם פאקט פון עס נישט פאבלעצירן אויף זייער פורום, נאר שרייבן אז ס'איז דא א בריוו" און בעיקר נאכן שלאפן און האבן אפאר מינוט ישוב הדעת, און האט געהאלטן און איין זאגן אז ח"ו ער איז נישט מסכים און איז קעגען די בני יואל, ער האלט ווי דער הייליגער מנחת יצחק האט געפסק'נט און רוב מנין ובנין פון רבנים האבן געשריבן אויף די קהילה.

נאכן אויפהענגען די בריוו האבן די מענטשען וואס דאווענען דארט געזען אוןו פארשטאנען ווי די פראסק איז גרויס, און זיי האבן זיך נישט געקענט בארוהיגן אז אזנס האט פאסיר איך נפלו גיבורים? די סאמע גרעסטע האט פארשטאנען אז זיי זענען נישט גרעכט און גבעטן רשות אויף סידור קידושין, האט זיך אנגעהויבן פון פריש א טעראר אטאקע אויפן מאנטעווידעא רב ווי זיי האבן עם בשייגעצט און באזינגען.

שבת צופרי פאר קריאת התורה האט מאנטעווידער רב שטיל געמאכט די ביהמ"ד און ארויף זאגן אפאר ווערטער מעט הכמות ורב האיכות וואס ברענגט ארויס די ביטערקייט וואס ער האט אויף די בני יואל וזלה"ק

א איד איז צו מיר צוגעקומען היינט צופרי פאר'ן דאווענען זאגענדיג, אז היות מ'איז מחיוב צו מקבל זיין מצות ואהבת לרעיך כמוך פאר'ן דאווענען וויל איך מוחה זיין אויף דעם וואס איך האב משנה געווען פון דרכי אבות און גענומען רשות אויף דעם סידור קידושין ביי די חתונה, וויל איך זאגן נומבער 1 די אידן זענען דאך לשיטתכם עלול אויף אלע עבירות שבתורה זיי זענען נישט באגלייבט זיי זענען מוחזק כשקרנים, און פונקט יעצט געלייבט עטץ זיי? זיי זאגן אז ס'איז געווען רשות זענען זיי נאמן אויף דעם? נומבער 2 וויל איך זאגן איך האב געקענט מיין טאטע, ער האט געהאלטן אז מע דארף זיך אפטיילן פון זיי און מאכן א נייע קהילה, אבער וען ער וואלט געלעבט היינט און איך וואלט עם געפרעגט צו איך זאל בעטן רשות, אוודאי וואלט ער געזאגט יא, א יחיד מעג טוען ביי זיין חתונה וואס ער וויל, אז ער פילט מטעם איזה שיהיה אז ער וויל זיין רוהיג און בעטן רשות וואלט מיין טאטע נישט געלאזט? קלאר אז ער וואלט געלאזט און אפי' געהייסן בעטן רשות, וה' הטוב ישים שלום בינינו עכל"ק

ס'איז איבעריג צו זאגן אז צו שלוש סעדות איז שוין געווען א קליינער ציבור, קיינער איז שוין נישט געקומען צום מ"מ פון ר' אברהם'ס שלוש סעדות היתכן ער זאגט אז מע מעג בעטן רשות?

און איך וועל דא מסיים זיין מיט 2 פונקטן, איינס זעט אויס אז מן השמים האט מען געוואלט אפהיטן אז איינער וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן רבי'ן ווי דער זיידע שליט"א זאל נישט זהען ווי זיינע אייניקלעך זענען עובר אויף די תורה הק', צווייטנ'ס איך בין נישט מקנא דעם רב וואס האט געמיינט אז צו עם וועלן זיי האבן רעספעקט אלס ר' אברהם'ס א זון, און נישט געוויסט אז זיי האבן א בלינדע שנאה וואס אפי' דער באשעפער זאל קומען זאגן אז זיי זענען זיך טועה וועלן זיי נישט טוישן זייער מיינוג

און לאמיר ענדיגן והעושה שלום במרומיו יעשה שלום עלינו בבאית הגואל ומלכינו בראשינו אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2011 21:55 לינק ישיר 


און איין ווארט די אשכול איז בקיצור
http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp?cat_id=4&topic_id=2910395&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 22:19 לינק ישיר 

זיי האלטן עס נישט אויס נעבעך, זיי ניצן די שארפסטע קעגן זייער אייגענע מענטשן וואס האבען א זיק יר''ש
זיי אינטערסירט נישט אז די זיידע וועט נישט קומען צו זייער שמחה, אויב איינער אינטערסירט עס יא
איז ער די גרעסטע רחמנות.......

השנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבם דקרו:מאנטעווידעא רב איז מוחה קעגען די בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext