בית פורומים אידישע געדאנק

7 טויזנט תשב"ר בליעה"ר זענען מקבל פני קדשו מרן רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2011 20:28 לינק ישיר 
7 טויזנט תשב"ר בליעה"ר זענען מקבל פני קדשו מרן רבינו שליט"א


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!

די וואך זונטאג ראה העעל"ט איז פארענדיגט געווארען די רייע באזוכן וביקורי הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין די פילע קעמפס וואו עס האלטן זיך אויף די טויזנטער תלמידים ותלמידות פון מוסדות סאטמאר, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי, די דערהויבענע באזוכען וואס דער רבי שליט"א האלט יערליך אפ לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו לאזט איבער א געוואלדיגע רישומא קדישא און בלאזט אריין הויפענעס חיזוק לתורה ויראת שמים אין די פילע טויזענטער תשב"ר.

ווי יאר יערליך און כמנהגו בקודש פון מרן רביה"ק והטהור זי"ע ולאחר פטירתו דורך מ"מ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז דער רבי שליט"א ווייטער ממשיך מדי שנה בשנה און איז מקדיש עטליכע טעג ספעציעל צו באזוכען די פילע טויזענטער תלמידים ותלמידות וואס זענען צושפרייט איבער די קעטסקילס בערג און ווערן נתגדל ונתחנך על דרך ישראל סבא תחת דגלו והדרכתו פון עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א נשיא המוסדות הקדושים.

אנגעהויבן פארגאנגענעם דאנערשטיג איז דער רבי געווען אין די 2 בחורים קעמפ'ס, צוערשט אין מחנה רב טוב-דעירילענד, און דערנאך אין מחנה ישיבה קטנה-גרינפעלד פארק,

זונטיג אנגעהויבן פון אינדערפרי איז דער ערשטע דער רבי שליט"א געווען אין מחנה רב טוב-נעפענעק, באזונדער איז פארגעקומען א קבלת פנים דורך די תלמידי מוסדותינו הק' פון מאנסי, דערנאך איז דער רבי געפארען אין די 2 מיידל קעמפס-אלסטער הייטס און קארהאנקסען, נאכדעם איז רבי שליט"א געפארען צו מחנה בנות סאטמאר-בארא פארק,

עס איז שוין געווען שפעט אויפדערנאכט ווען דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט למעון קדשו אין מחנה דברי יואל-אחים זופניק, ווי דער רבי שליט"א וויילט אינאיינעם מיט די 850 תלמידי הישיבה גדולה.


בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה זיוה והדרה




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 20:50 לינק ישיר 
די תשב"ר אין אינגעל קעמפ ערווארטן מיט יראת הכבוד דאס ערשיינונג פון רבי'ן שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 03:12 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 04:06 לינק ישיר 

הולך לבג"ץ פון כל העולם כלו עס זעט אויס ווי די ביסט פון די נעבעכדיגע אידן וואס גלייבן נאר וואס שטייט אין בלאט און אין די וואך, מיינסט אז ווען די וואך אדער דער בלאט קרוינט דעם כלב אהרן אלץ א גרויסע רבי ווערט ער טאקע גרויס? דער כלב אהרן איז א בעבי וואס האט ליב ווען עס איז דא פיקטשערס פון אים, משא"כ סאטמאר רבי האט געבעטן אלע צייטונגען אויפצוהערן, די ליין ווייטער די וואך און די בלאט, אבער לכה"פ מאך דיר נישט צונערט און ווייז נישט פאר יעדן איינעם אז די ביסט אזא שוטה וואס גלייבט וואס צייטונגען שרייבן !!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 7 טויזנט תשב"ר בליעה"ר זענען מקבל פני קדשו מרן רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext