דער "הגאון הקדוש" האט זיך צורעדט פרייטיג צונאכטס נאך די פיש און באשטעטיגט אלע אנאליזען פון פארמעגליך אויף זיין "פערסאנאליטי דיסארדער".
נאך די פיש האט הגאון הקדוש גערעדט צו די בחורים און זיי דערציילט די לעצטע נייעס וזה לשון קדשו......
עס זענען געקומען אין שטעטעל געסט.... אה אה אה .... אומבאמערקבארע געסט..... אה אה אה ....יא יא. אומבאמערקבארע און אומגעווינטשענע געסט..... זיי זענען געקומען זיך צו שלאגען.... זיי זענען געקומען אויף שבת און זיי זענען אויך געקומען אויף זונטיג..... זיי האבען מיטגעברענגט געדינגענע שלעגערס ווייל זיי ווילען זיך שלאגען.
איך בעט און איך ווארען און איך הייס אז מען זאל זיך נישט שלאגען מיט זיי..... אה אה אה..... מען זאל האבען סבלנות..... איך... איך.... איך האב אויך געהאט אסאך סבלנות אין די לעצטע 20 יאר און עס האט זיך געלוינט.... מיט סבלנות קומט מען אן זייער זייער און איך מיין טאקע זייער ווייט...
זיי ווילען זיך שלאגען אז עס זאל זיי העלפען אין געריכט.... איך זאג נאכאמאל איך האב געהאט אסאך סבלנות און מיט סבלנות שניידט מען אפ גוט...... מען זאל זיך נישט שלאגען בשום אופן נישט שבת און נישט זונטיג.
דאס איז בערך לשונו פונעם גאון וקדוש.
מחר יהיה האות הזה וועלען מיר זען צו די מיליטער וועט פארשטיין ווי אזוי אויסצוטייטשען רצון קדשו .......