נאך די נאכאנאנדע נידערלאגעס וואס די טעראר גרופע "אתרא קדישא" האט געליטן, אנגעהויבן מיטן עצם צוזאמפאל ווען זיי האבן פארלוירן קאנטראל אויף די עניני קברים, און געענדיגט ביי די לעצטע שטוינענדע דורכפאל ווען גדולי הרבנים פון אלע קרייזן - אמאליגע בלינדע שטיצער צו אתרא קדישא - זענען ארויסגעקומען מיט זייער תמיכה אויפן ערליכן ועד למניעת, די וועלכע ווערן אונטערגעריסן און טעראריזירט דורך די טעראריסטן אלס מחללי קברים, און אין די זעלבע צייט האט קיין שום רב וועלכע ווייסט וואס טוט זיך אין דעם פעלד, אריינגערעכנט די ביד"צ העדה החרדית, נישט געוואלט חתמ'נען פאר אתרא קדישא אז נאר זיי מעגן טוהן אין קברים, און ניטאמאל אויף א בלויזע מכתב תמיכה.
אזא סיטואציע האט נאך אתרא קדישא קיינאמל נישט געהאט, און די פארלעגנהייט איז שרעקליך גרויס.
אי לזאת, זענען זיי אויפגעקומען מיט א בלית-ברירה-בייפאל: זיי האבן גענומען צוויי [ארויפגעקוקטע] אידן, וועלכע זענען ארומגעגאנגען צו רבנים, און געוויינט מיט בכיות אז עס זענען דא מענטשן וואס מסר'ן זיי פאר די רעגירונג, און עס זענען דא קברים וואס שטייען אין סכנה און זיי קענען עס נישט ראטעווען צוליב וואס מען מסר'ט זיי (מעשה שלא היה..)
, און דעריבער בעטן זיי די רבנים זאלן אונטערשרייבן אויף א בריוו אז מען טאר דאס נישט טאן.
זייער האפענונג איז געווען אז עולם גולם וועט נישט כאפן וואס דער בריוו איז, און מען וועט דאס באטראכטן ווי א "מכתב תמיכה" פאר אתרא, און אויך האבן זיי געהאפט אז אויף דעם וועלן אלע רבנים אריינגערעכט די רבני הבי"ד אונטערשרייבן, ווארום עס איז נישט פארהאן קיין שום סיבה יא צו וועלן אז מען זאל חלילה מסר'ן אתרא...
היינט איז דער בריוו ערשינען, און די ליצנות איז אין לשער.
ערשטנס, זעהט דעם נוסח, און זאגט אליינס ווי נעבעכדיג די מצב איז אז נאר דאס קענען זיי ארויסגעבן:
כאשר נודע לנו כי אנשים בתוך המחנה מחרחרים ריב ופוערים פיהם לדבר סרה בהגרד"מ שמידל שליט"א ומוציאים דיבת הארגון והעומד בראשו רעה אצל גורמי השלטון הננו לגלות דעתנו כי מעשים אלו הינם בכלל הירוס הדת וכל הירא לנפשו ירחק מהם ומהמונם
אט פון דעם רעדט מען...
צווייטנס, ווי ערשיטערט און צושאסן איז דער מצב, ווען קיין איין חבר הבד"ץ האט אפילו דאס נישט געוואלט אונטערשרייבן! מורא האבנדיג אז די חברה וועלן דאס נוצן פאר טעראר צוועקן.
און ווער האט יא אונטערגעשריבן? הגר"נ קרליץ און הגר"ח קנייבסקי, די וועלכע זענען פון די ועד הרבנים פון די ועד למניעת. (איך קען נישט אויפהערן שמייכלען).