במחילה מכבודכם
די בילדער זענען נישט פון די נסיעה אויף די שיף בשנת תשי"ט.
די ערשטע חלק ווי מ'זעט רביה"ק אהנעם היט רעדן מיט ר' משולם גרי"פ ע"ה אויף די רעכטע זייט און ר' נתן יוסף מייזעלס ע"ה שטייט אויף די לינקע זייט. דער בילד איז פון שעראן ספרינגס זומער תשכ"ז ווען רביה"ק האט געשריבן דעם ספר על הגאולה ועל התמורה. איך בין דארט געוועהן יענעם זומער און איך דערקען דאס פלאץ. מ'קען אויך זעהן ביים צווייטן העלפט פון דעם קליפ אויף א סקומדע שטיין דארט ר' מאיר שפיטץ שליט"א אב"ד ביסטריץ וואס איז אויך דארט געוועהן אין שעראן ספרינגס.
א קליינע טייל פון די סוף פון דעם קליפ איז אין פלארידא אין גארטן פון הארשי מאסקאוויטש ווי מ'קען זען דעם בעי.