וואס איז די פשט פון די ליצנות פונעם עולם?
מען רופט צוזאם דעם ציבור, מען פאמפט אין דער איד, מען שטעלט צו טראנספארטאציע פארן ציבור לאלפים כ"י, און דער עולם וואס זוכט וואו צו גיין קומט טאקע אין די ריזיגע מאסן, און מען קומט אן צום געהויבענעם מעמד זעט מען צוגעשטעלט א קליינער לאנטש רום וואס ברויך אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור. למעשה דער נס פון עומדין צפופין ומשתחוין רווחין, פאסירט נישט דערווייל. ווען משיח וועט קומען וועט עס זיין.
וואס איז טאקע די פשט? קען מען טאקע נישט צושטעלן עפעס א לייטיש מקום צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור לאלפים קעה"ר?
מיט א ישיבה פון אכט הונדערט בחורים בליעיה"ר, איז דער פלאץ נישט גענוג צו אקאמאדירן אפילו אלע בחורים אויפאמאל. ווער רעדט נאך פונעם גאנצן ציבור עצום, ספעציעל אזא יאר ווי היי יאר ווען עס איז טראדיציאנאל דא דאס מערסטע צאל אידן אויפן וועג ארויס צו די קעטסקילס, מעג מען זיך רעכענען מיטן ציבור.
איך האף אז כאטש אין די מיידל סקול וועט מען טאן עפעס אין די ריכטונג.
|
|