שטייענדיג פונקט צוויי יאר זייט קהל יטב לב האט אפגעקויפט און מקדש געווען א בית החיים אין קרית יואל, קומט יעצט אן די נייעס אז קהל האט איז היינט אפגעקויפט א נייע חלקה אין ניו דזשערסי, די נייע חלקה געפינט זיך אונטער די אלטע חלקה.
ויה"ר מ'זאל עס נישט דארפן נוצן.
נשלח ב-30/8/2011 20:02
אפשר קען מיר איינער באמת מסביר זיין וואס דא גייט פאר, ווער דארף יעצט נאך א בית החיים, די שטח אין קרית יואל איז ריזיג גרויס אז לכאורה נאך א גיטע 40 יאר קען מען דאס ניצן (האפנטליך וועט זיך דאס קיינמאל נישט אנפילן)
אפשר קען איינער דא קלאר מאכן וואס דא גייט פאר
נשלח ב-30/8/2011 20:27
עס איז דא וואס ווילן ליגן אין ניו דזשערסי ווייל זיי האבן דארט משפחה מיטגלידער, אויך איז נישט איינגעפירט צו לייגן אין קרית יואל קליינע קינדער וואס ווערן נפטר פריצייטיג רח"ל.