|
|
| נשלח ב-1/9/2011 05:02 |
|
| |
שרעקדיגע חרפות פאר מוסרים אין פעדעראלער קארט ד' שופטים
היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגיומענטס פארן פעדעראלן שופט מר' רעיקאוו הי"ה
דער ווילידש מיט CYL האבן אראפגעברענגט באלד א מנין פון די טייערעסטע לויערס, אריינגערעכנט לויער וויינברעד א געוועזענער קלערק צום שופט זעלבסט.
אבער זיי האבן געליטן גרויסע חרפות ווען מען האט תיכף איינגעזען אז זיי בלעבלען נאר סתם ליפט,
דער שופט האט זיי תיכף איבערגעהאקט מיט שווערע שאלות וואס זיי האבן נישט אפגענטפערט צי דער זאך!
אבער ווען מר' סאסמאן איז ארויף געקומען האט ער אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת דאס גאנצע השתלשלות הענינים
ער האט געדינער אויף די עוולות פון אזויפיל יארן פון די בארבארישע KJ הערשערס!
ער האט אויך שטארק אפגעשמיסן זייערע טענות פון רעסזשיקאדע- וואס מיינט אז "כבר היה לעולמים" אז מען האט שוין אמאל געקלאגט אויף די עוולות
אויף דעם האט מר סאסמאן געדינערט באלד א האלבע שעה,
"אמת מען האט שוין אמאל געקלאגט די חברה,
אבער די יעצטיגע עבירות איז נייע! און עס איז נאך אסאך ערגערע,
אין פון די זעלבע חברה וואס האבן דאס דעמאלטס געטון,
זיי טוען דאס נאך און נאך היינט אויך!
די מוסרים זענען געווען בלייך ווי די וואנט איינגעזינקען פאר בושה, אזוי ווייט אז איינער פון זיי איז ארויסגעלאפן אין מיטן סאסמאן רעדע
צום שלוס האט דער שופט באשטימט צו געבן זיין פסק נאכדעם ווי ער וועט פארטיגען זיי יעצטיגען פעדעראלן טרייל אויף 3 וואכן
און ביז דערווייל האט ער געמאכט א סטעי פון ווייטער מאכן דיסקאווערי ביז צו זיין פסק.
ווי דער לויער האט מסביר געווען,
אז ביים אנפאנג האט ער נישט געוואלט געהן א סטעי ווייל KJ האט דעמאלטס נישט געפאלגט זיין ערשטן ארדער, אבער יעצט איז עס דעם שופט'ס גורם וועגן זיין יעצטיגן שווערן טרייל.
און דאס איז דער שטענדיגער פראדאצור און אלע געריכטן צו געבן א סטעי ביז דער שופט גיט נישט ארויס זיין פסק!
(פארשטייט זיך אז די ארוינים וועלן דאס שפילן אלס געווינס פאר זייערע חלה דעקליך)
עס איז געווען א נחת צוזען ווי דער שופט אליינס האט כסדר אפגעשמיסן די ארוינישע לויערס
אבער ביי סאסמאן האט ער שטארק מיטגעהאלטן מיט געוואלדיג רעספעקט, און פארשטענדעניש
ויה"ר שתתקבל תפילתינו ברחמים וברצון לפני בורא כל עולמים בב"א
תוקן על ידי 1satmar ב- 01/09/2011 05:05:31
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/09/2011 15:30:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2011 22:55 |
|
| |
סאסמאן האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט ב"ה, און געמאכט זייער גרויסן וויינגראד פאר לייטנס געלעכטער
איך הער אז ער האט געזאגט אז ביז 3 וואכן וועט ער פסק'ן. דאס הייסט אז נאך היי יאר, תשע"א וועט אי"ה די ישועה קומען.
אפשר וועט מען נאך קענען עפענען בית רביה"ק והטהור אוון צוריק מאכן דערפון די הייליגע שול אויף ראש השנה, אדער העכסטנס יום טוב סוכות.
איך קען קוים ציילן די טעג.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2011 23:02 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | .........איך הער אז ער האט געזאגט אז ביז 3 וואכן וועט ער פסק'ן.
דאס הייסט אז נאך היי יאר, תשע"א וועט אי"ה די ישועה קומען.
אפשר וועט מען נאך קענען עפענען בית רביה"ק והטהור אוון צוריק מאכן דערפון די הייליגע שול אויף ראש השנה, אדער העכסטנס יום טוב סוכות............. |
|
זיי נישט צימישט ער גייט יעצט נאר פסק'ן נאר לגבי זייער מאשון אז מזאל נישט אנעמען די קעיס נישט די קעיס אליין
לאמיר זיך בעטן צים טאטען אין הימעל ער זאל שוין רחמנות האבן אויף זיינע קינדער וואס ווערן ליידער געפאניקט דארך זייערע אזוי געריפענע אידישע ברודער'ס אין האבן זיך ליידער פארמאסטן אפצישפארן אזא הייליג מקום
תוקן על ידי דער_אקס ב- 01/09/2011 23:02:56
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2011 23:18 |
|
| |
איך וויל צולייגן א קלייניגקייט, אז דאס טראכטן אז דער שופט נעמט זיך אן מער פאר איין צד, ווייל ער האט בעסער אויסגעהערט וכדומה, און אויפן צווייטן האט ער בכלל נישט געקוקט, דאס איז א גרויסער טעות! אסאך מאל שפילט דער שופט אזא סארט שפיל וכדומה, בקיצור פון דעם קען מען גארנישט וויסן, מען דארף פשוט ווייטער מתפלל זיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2011 23:36 |
|
| |
אין נאך מער ווען איינער זאגט אזוי מיינט נאך נישט אז די צווייטער לויער האט נישט געזען אז די לויער ריקט אריין פארן צווייטן בקיצור מקען גארנישט וויסן מדארף בעטן רחמים אז מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן מיט די גאנצע גאולה ע"י משיח אין ביז דעמאלטץ זאלן מיר זיך קענען האלטן אין די אלע וואס שטערן זאלן נישט האבן א שליטה אויף קיינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2011 09:37 |
|
| |
עס ענדיגט זיך נישט צו ליינען, עס איז אזוי סאך פעפערס, קען איינער עס איבערזעצן אויף אידיש? אדער כאטש זאגן בקיצור וואס עס שטייט דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 22:02 |
|
| |
שוין 3 וואכן איז דא א פסק?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 15:27 |
|
| |
קוקס ווי פאזעטיוו זיי זענען נעבעך געווען און ווי דער אהרונים האבן געדארפט ארויס לויפן און מיטן מר סאסמאן רעדע וכו' אוי איז עס זיס
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|