ראדני קינג
א דאנק פארן ברענגען דעם טעמע אויפן אויבערפלאך. און אהערשטעלן א געהעריגע פארשטענדליכע דייאלאג.
און צי ברענגען אן אנפאנג פון די ענדע פון די עשו'דיגע האס און בלוטיגע שנאה!
איך קען פארשטיין אז עס זענען דא טענות און אימצופרידעןהייטן, מצד הקהלה וואס האבן זיך געשטעלט אקעגן יעדע פאר יאר מיט א אנדערע סיבה און טענה.
צימאל קען זיין אז זיי קענען אפילו זיין גערעכט אמאל.
אבער ווייל דאס איז באגלייט מיט א שנאה כבושה ,אריינגעוויגט אין קינדער בעטל, ווי מודה אני ....סיגעטער ,,,אהרן.... רבי זכותו יגן עלינו.....ציונים.....עברית....סקול דיסטריקט....
ווערט א פשוטע טענה פארוואנדעלט און א דזשיהאד.אין און פאלטשע מלחמת חובה'ס..
און דאס מיז זיך ענדיגען! מ'קען די תורה הק' מער נישט אזוי פארשעמען! אינזערע קינדער וואקסן אויף און זיי זעהען מיט זייערע קינדערישע אמת,ע אויגן ווי דער מכלומרשטער שינער יוד, צי דער דיין, אדער אפילו רב! און זיין שולכל, האט ליב צי הערן לשון הרע און רכילות אויפן רבין, און ווען דער קינד הערט, א גאס ווייטער, דעם טאטן פארציילן דעם חידוש לשוה"ר,און ער לייגט צי אביסל זאפט...און גיפט!!!,
וואס גיטס ברענגט דאס?
מ' דארף דאס אפשטעלן. ס,קוקט חלילה צי ווי שני תורות!! ח"ו
און שטאט סאטמאר האט מען 3 מאל דעם רבין קלאר נישט געוואלט! דער רבי זי"ע האט 3 מאל פארלוירן די וואלן! מיט דעם אלעם איז ווען ער איז יא געווארן רב. איז נישט געשען דאס וואס די היינטיגע פורשים און מהרסים טוען, נאר מ'האט מקבל געווען! זיי האבן נישט פלוצים ליב באקומען דעם רב וואס זיי האבן 3 מאל ארויסגעוואוט! נאר וואדען, ערליכע אידן בייגן זיך, די אשכנזישע אידן זענען געווען אויפגעצויגן מיט כבוד הרב! דער שטאטס רב איז געווען די העכסטע תורהדיגע אויטאריטעט באתרא דמר!
דאס איז געווען דעם רבין זי"ע'ס מזל אז זיינע שונאים זענען געווען עכט ערליך!
און דא מיטאמאל זענען זיי די בעלי ריב ומחלוקת קלוגער געווארן !!!
מאך דעם רב פאר א שייגעץ און טו וואס מ'וויל און שפילט נאך הייליג!!!
הקיצור ! דאס נעמען אייגענע נגיעות און קריוודעס און דאס פארוויקלען און א הייליגן אללא אקבאר דזשיהאד.....מיז קומען צי א ענדע!
ס'איז א בושה צו וואקן אויפן גאס צווישן אנדערע חסידי'שע אידן אין זיך צי אידענטיפיצירן ווי א צד אין דעם!מ'איז משפיל כבודו הרמה פונעם צדיק שהורה לנו ! אדונינו מרן רבינו הק' זיעועכ"י!!!
ס'איז צייט דעם שלאנג פון מחלוקת אפצי האקן דעם קאפ!
 |
|
|