א יונגערמאן אין בארא פארק מיטן נאמען י. מענדלעוויטש א זין פין א.ד. מענדלאוויטש אן איידים ביי פ פאשקעס
האט געפנט אן ארגענזאציע מיטן נאמען כל ישראל ערבים( נישט זיך טועה זיין מיט ערבים )
וואס דארפן טיען די זעלבע זאך ווי ערבים אבער למעשה זיי זענען ביליגע גנבים
יעצט א מעשה וואס האט פאסירט איינער איז אוועק אין די ארגענזעציע פין כל ישראל האבן זייער מיאוס באשווינדלט א משפחה וואס דער נפטר איז געווען א מעמבער אין יעצט למעשה לאכט זיך די פירמע אויס פין צי געבן געלט
וויפיל טרערן מען בעט זיך צי כל ישראל ערבים צי באצלען פאלט עס אין טויבע אויערן
מען בעט דעם עולם נישט צי ווערן דארטן קיין מעמבערס ביי כל ישראל ערבים
נאר ביי ערבים וואס זיי פירן זיך אויף ערליך אין ארנטליך
נשלח ב-2/9/2011 04:17
אז דו ווילסט מ'זאל דיר גלייבן מוזטו געבן מער אינפאו, סתם באשמוצן ארגאניזעישנס קען יעדער.
אפשר האט די משפחה נישט באצאלט די פרימיומ'ס אדער עפעס ענליך?
נשלח ב-2/9/2011 04:53
כ'שטום צו צו שלמה, סתם גיין באשמוצן אן אנגעבן קיין קראנטע אינפארמאציע איז א שטארקע עוולה.
נשלח ב-2/9/2011 16:23
וואס עס איז זיכער איז אז מען דארף פרובירן צו האבן געהעריגע לייף אישורענס
נשלח ב-2/9/2011 23:09
די ביידע אגעניזעישאנס זענען געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס קענען נישט עפארדן קיין לייף אינשורענס. עס איז מיר זייער אינטערעסאנט אז מען זאל שרייבן אז זיי זענען גנבים, ווייל עס ווערט געפירט דורך ערענסטע עסקנים, און זיי האבן אונטער זיך ערענסטע רבנים. אדרבה, לאמר הערן, איז מען געגאנגען צו די רבנים? האבן זיי זיך אריינגעלייגט דערין? וואס זאגן זיי?
אדרבה, לאגיש, אויב דו ווייסט עפעס מער, שיק מיר אין אישי. קען זיין איך קען דיר העלפן
נשלח ב-4/9/2011 06:47
אינטערעסאנט, יעצט מוצאי שבת קודש האב איך געהערט פון א חשוב'ן עסקן אז ערבים (איך מיין ער האט גערעדט פון ערבים, נישט כל ישראל ערבים) איז א שטיק גניבה, און אין גאר אסאך פעלער דרייען זיי זיך ארויס פון צאלן.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט אז ווער עס ווייס מער פרטים איבער די ארגאניזאציעס, אדער טאקע ספעציפישע מעשיות, זאל עס דא מיטטיילן מיטן עולם.
נשלח ב-4/9/2011 20:53
קראנט ווייס איך גארנישט, אבער בעפאר איינער קויפט אפ סיי וועלכע מעשה קעגן די ארגאניזאציעס, איז גוט ער זאל וויסן אל"ף בי"ת:
אסאך אינגעלייט ציען זייער פרנסה פון לייפ אינשורענס, און די אינגעלייט שטויסן זיך אן אין פראבלעמען טאג-איין טאג-אויס, ווען מענטשן ענטפערן "איך האב שוין א ערבים מעמבערשיפ", און זייער ארבעט ווערט פילפאכיג שווערער יענעם צו איבערצייגן אין די בענעפיטן פון א פאליסי (וואס איך מאך נישט אוועק).
וד"ל.
נשלח ב-4/9/2011 22:11
צי די ערבים אדער כל ישרא' האנדלען ערליך איז א ספק אבער דאס אז קיין איינע איז נישט אינשורענס און איז יסודות'דיג נישט קראנט איז א וודאי. כ'וועל דיר מסביר זיין.
ס'איז דא אזוינס וואס הייסט "עקטשוערי טעבלס" Actuary Tables. דאס מיינט, די אינשורעס אינדוסטרי האט פונקליכע סטאטיסטיק'ס וויפיעל מענטשען שטארבען פון א סכום ידוע. למשל, פון יעדע 10,000 מענטשען וואס זענען אלט געווארען אין חודש יאנוארי למשל 70 יאר, וועלען 5 מענשען שטארבען (דאס איז א משל כווייס נישט די נאמבערס). דאס זעלבע, פון יעדע 10,000 מענטשען וואס זייער געבורטסטאג איז יאנוארי אויף 71 יאר, און אזוי ווייטער.
לויט די סטאטיסטיק ווייסען זיי וויפיעל צו טשארדשען און וויפיעל קעש זיי דארפען האלטען גרייט. די סטאטיסטיק רופען זיי Actuary tables.
איצטער צו דו ארגאניזאציע'ס. לויט ווי זיי ארבעטען, זאמלען זיי געלט, נאכדעם וואס ל"ע איינער איז שבק חיים לכל חי. און יעדער מעמבער מוז געבען 18 אדער 25 דאלאר יעדער חודש (3-4 חדשים) כדי צוזאמעלן דעם צוגעזאגטען סכום פון 50 אדער 100 טויזענט דאלער פאר יעדען יתום/יתומה.
טמער חלילה מאכט זיך מערערע נפטרים, מוזען זיי זאמעלען א סך חדשים כדי צוזאם שטעלען דעם סכום. לויט די Actuary חשבונות מוזען זיי פאר יעדען מעמבער האבען א סכום ידוע (למשל 5 אדער 10 טויזענט חברים) צו קענען אויפטרייבען די נויטיגע סכומים לויט די Acctuary. דער חלק איז באנקראט. דאס הייסט, זיי האבען נישט גענוג חברים צו קענען צו זאם שטעלען אין איין יאר גענוג געלט ממילא מוזען זיי אריין קריכען אין אנדערען יאר צו נעמען די געלט. אבער דאס אנדערע יאר האט דאך אויך א סכום פון נפטרים אזוי אז זיי מוזען עווענטועל בלייבען זייער אונטערשטעליג.
איך וויל נישט אריין גיין אין די עצם מחלוקה פין ערבים אין כל ישראל ערבים
נאר אזויפיל וויל איך יא זאגן ערבים איז א פארלעסליכע ארגענאזאציע אין זיי באצעלן פאר זייערע מעמבערס אין זיי האבן שוין באצעלט די לעצטע 2 יאר פאר 5 מעמבער'ס
ואלו הן
שלום גרינבערג - תשס"ט
ישראל מאיר קאהן - אלול תשס"ט
דוד פראסט לעקאוואד - תש"ע
שלום גראס א בעלזער יונגערמאן פין ב"פ - ביי שניי שטורעם - תשע"א
משה קאסעס פין פלעטבוש - תמוז תשע"א
דעס איז די טרוקענע מציאות פין ערבים זיי באצעלן אין זיי האבן איבער 14,000 מעמבערס
יעצט צי כל ישראל ערבים וואס יסודתן איז פאר מחלוקת אין אינטער צי ברענגן ערבים
יעצט צי די משפחה וואס דא האנדלט זיך
ווען דער מעמבער האט געזעהן זיין שמאלן געזינט מצב האט דער מעמבער געזאגט פאר די קינדער
אז מען האט באצלט פאר כל ישראל ערבים אין פין דארטן וועט מען קענען חתונה מאכן די קינדער וואס בלייבן איבער
תיכף נאך די שבעה האט די משפחה אנגעקאלט כל ישראל ערבים פאר געלט
פין אנפאנג האט כל ישראל געלייקענט אז דער נפטר איז דארטן געווען א מעמבער
די משפחה האט אריבער געשיקט דעם מעמבער סערטיפיקארד פין כל ישראל ערבים
נאכן אריבער שיקן דעם סערטיפיקארד האט כל ישראל געזאגט זיי וועלן יא באצלן די גאנצע געלט
ס'איז אריבער געגאנגען 5 חדשים אין כל ישראל האט נישט באצלט האט די משפחה אנגעריפן געפרעגט
פארוואס מען באצלט נישט
האט כל ישראל געזאגט אז זיי גיין מאכן אן אסיפות הרבנים נאך שבועות צי מען דארף באצלען
נאך שבועת האט די משפחה ווייטער געקאלט האט כל ישראל אז זיי האבן נישט געקענט מאכן
פאריגע וואך קאלט כל ישראל אן די משפחה אין זיי זאגט פאינט בלענק אז זיי גיין נישט באצעלן אין ווען די משפחה האט געפרעגט מה זה ואל מה זה איז נישט געקומען קיין תירוץ
די משפחה איז יעצט אין א בחינה פין שבר על שבר דא האבן זיי פארלוירן דעם ראש המשפחה אין פין די אנדער זיי כל ישראל ערבים לאכט זיי אין פנים
דעס איז די טריקענע פאקטן
( אין פאר גביר אדיר וועל איך אין אישי אריבער שיקן די משפחה נאמען )
תוקן על ידי לאגיש ב- 05/09/2011 21:39:55
נשלח ב-5/9/2011 22:42
האט כל ישראל א וועד הרבנים ?
נשלח ב-5/9/2011 23:23
ווי קען איך וויסן אויב איך בין ביי ערבים אדער ביי כל ישראל ערבים ?
איך וויל דא זאגן אז כ'האב מיך איינגעשריבן אין אן ארגאניזאציע (דאכט זיך ערבים) כאטש איך האב געהערט פון מענטשן אז אויב איינער האט גענוג לייף אינשורענס געניסט מען נישט פון ערבים. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער נישט, אבער מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל איך האב זיך נישט איינגעשריבן פאר'ן געלט. איך האב לייף אינשורענס פאליסיס אויף מיר און די ווייב. איך האב זיך איינגעשריבן צוליב די ריזיגע מצוה פון העלפן פאטענציעלע אלמנות און יתומים. דער פרייז וואס זיי בעטן איז א וויץ, דאכט זיך 28 דאלאר פאר א נפטר, אפשר אביסל מער, אבער די מצוה איז אומגלויבליך. עס איז סאך ביליגער ווי דארפן לויפן צו א טיי אוונט פאר א קרן יתומים וואס דעמאלט בעט מען סאך גרעסערע סכומים. איך האב זיך איינגעשריבן ווייל איך האב געוואוסט אז אן גענוג מענטשן קען די ארגאניזאציע נישט אנגיין.
רבותי, מיר זוכן אלע זכותים פאר'ן יום הדין איז לאמיר טאקע זיך איינשרייבן אין ערבים. די מצוה איז דאך געוואלדיג. דאס איז אינגאנצן נישט קיין סתירה מיט'ן מאכן א לייף אינשורענס פּאליסי. ובזכות זה וועט איר אלע געבענטשט ווערן מיט אריכות ימים און אסאך געלט.
נ. ב., איך בין נישט קיין פאנד רעיזער פאר ערבים אדער זייער קאמפעטישאן.
נשלח ב-7/9/2011 02:02
איך ווייס נישט פין וועם לאגיש רעדט
אבער איך האב מיך נאך געפרעגט איבער כל ישראל ערבים האב איך געהערט ווי א רב זייער רב שטראסער פין ב"פ זאגט אז זיי זענען נישט גערעכט איבער א נושא
ער זאגט אז מען זאל דארט נישט ווערן קיין מעמבער
נשלח ב-7/9/2011 05:36
קען איינער אויסטשעקן צי כל ישראל ערבים ווערט געפירט דורך א זאלי? אויב יא איז דער גאנצער אשכול פארענטפערט...