
בקודש פנימה
פארגאנגענע דינסטוג נאכמיטאג האט מרן רבינו שליט"א פארארדענט אן אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, ווי עס האבן זיך באטייליגט די דיינים הקהילות ווי פארטרעטנדיג די גרעסטע חסידישע בתי חינות אין ניו יארק צווישען אנדערע, הרבנים הגאוה"צ: הרה"ג ר' חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ קהל שערי ציון ד'באבוב, הרה"ג ר' ר' יוסף ישראל אייזענבערג שליט"א דומ"ץ בשיכון סקווירא, הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ ק"ק פאפא בארא פארק, הרה"ג ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג וויליאמסבורג, הרה"ג ר' שלום פסח לאנגזאם שליט"א דומ"ץ בק"ק בעלזא בארא פארק, און הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ בק"ק וויזניץ מאנסי, ועוד דיינים.
אויך איז ביי די אסיפה אנווזענד געווען די הנהלות רוחניות פון מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג און קרית יואל, און פון מוסד בית חינוך לבנות בית שרה פון בארא פארק, אינאיינעם מיט עטליכע פארוואלטער פון מלבושים פאבריקן.
דער רבי שליט"א און די חשובע רבנים שליט"א האבן דן געווען ווייטער איבער דער נושא אין וואס דער רבי שליט"א איז מעורר די לעצטע תקופה וועגן די שטארקע מאדע'ס אוןן פירצות ביי די שטוב בגדים וואס א גרויסע טייל באנוצן זיך דערמיט, און עס פאדערט א שטארקער תיקון, און דערביי האט דער רבי איבערגעחר'ט וואס ער האט שוין לעצטענס עטליכע מאהל ערווענט אז פארקויפן א נישט כשר בגד איז פונקט ווי פארקויפן טריפה פלייש – וואס ביידע טאהר מען נישט אפילו פאר פרנסה.
ביי דער אסיפה איז ממונה געווארן עטליכע נשים צדקניות וואס וועלן זיין געשטעלט אלס משגיחים אויף די בגדים צו זאגן וועלכע'ס מ'מעג יא און וועלכע מ'מעג נישט פארקויפן אין די געשעפטן.
נאך די אסיפה האט דער רבי שליט"א געזעגענט דעם ציבור אנ"ש א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביים מעמד "למען דורותינו" להחזקת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, ווי ווייטער באריכטעט.
•♦•
תוקן על ידי היראים ב- 05/09/2011 02:02:15