דאס איז געווען א שבת.. יעדער לויפט שון אהיים פון די בערג, און אט יעצט כאפט זיך מנשה'לע אריבער, א שבת אינעם שויס פונעם נאטור.
וואס רעדט איר, א שבת מיט אלע טעמים, א טשולענט א קידוש א פארברענג, אונטערן פרייען הימל און אינעם שאטן פונעם באשעפערס באשאף, דערהייבט זיך די נשמה מיט א באזונדערע געשמאק, יום שבתון אין לשכוח..
נו, ווי מ'קומט אין די פרעמד, ווי מ'איז משנה מקום, האט מען דעם משנה מזל אויכעט, פון איין זייט איז מען נהנה פון פיינע היימישע חסד יודען, ברייטהארציגע נותנים, וואס געבן צו שפירן דעם גאסט ווי א אייגענעם משפחה מיטגליד.
פונעם אנדערן זייט, באקענט מען זיך מיט די יחצנים מיט די פירער, מיט די שלעפער מיט די נאכשלעפער, מיט די 'צעפראסקעטע' און אויפגעשאקעלטע אין גייסטישן זין, און צומאל איז עס צו לאכן צומאל אנדערש..
דאס אויסדרוק אליין, האט מיך גוט געמאכט שמייכלן, ווען יעך האב זיך באקענט פנים בפנים, מיט עטליכע וואס גייען אריין אין דעם קאטעגאריע, ווי איינער זאגט, וואס איז די מעשה מיט יענעם? ער קוקט מיר נישט אויס ווי אחד מן השורה..?
אה, יא! דער גוט גוט צעפראסקעט..!!
און זעענדיג דעם צעפראסקעטן, שפארט ארויס א פארביסענעם געלעכטער, נעבעך גוט צעפראסקעט.. צו צוליבן מצב השעה, צו צוליבן מצב הגלות.. צו ווער ווייסט וועמענס שולד.. אבער דער איז מיאוס צעפראסקעט אויף א שטארקן פארנעם.
זאגט מיר איינער, צעפראסקעט איז א 'אנדערסטעיטמענט' אויף יענעם.. ס'איז ווי ער זאגט, א נשמה יתירה עפעס איבריג א שאד די פאטשקעריי מיט עהם..
[ער מיינט אוודאי לפי דעתינו, ווייל דער הייליגער פאטער אין הימל האט זיך זיינע חשבונות מיטן יעדן נשמה'לע, אין וועלכע מצב נעבעך ער שטעלט נאר וואס פאר.]
אבער וואס עס האט מנשה'לע ארויסגענומען פונעם גלייכגעוויכט, איז געווען עפעס א אנדערער בריאה..
לאמיר עס מאכן אין קורצן: די מאסקיטא!
יא יא, דער אלעמענס שונא נומער וואן! דער וואס האניג געבט ער נישט, אבער ציפקע יסורים יא, דער וואס שוועבט זיך אן פלוצלינג, זייגט ארויס א מנה יפה דם התמצית, און ווען מ'שפירט זיין שטילע גניבה, לאזט ער איבער א מזכרת ניצחון, אויף נערווירנדע קראצעריי נאכאנאנד.
אט דער, האט זיך עפעס אין מנשה'לע פארליבט, עפעס נישט סתם, נאר געווארן מיינס א 'פען' אויף גאר א שטארקע פארנעם. דער לויפט מיך נאך, און לעכצעט שטארק, מיך צו נערווירן אין אט דעם געהויבענעם שבת מנוחה, מיט זיינע שטעכיגע מעשים, אז ס'איז געווארן ממש א אישו ביי מיר.
אוודאי א אישו, א גאנצע מלחמה האט זיך פארוויקעלט דא, צווישן מנשה און דער מאסקיטא.. וואס רעדט איר? ווי איך יאג נאך זיין חבר לויפט מיך שוין נאך זיין שוואגער, און דער ברודער זיינע שוועבט מיר אויפן אויערן, און דער צענטער ציפט די גענאק, און ווייסעך ווער דארט איז שוין פיניש מיט א שיין ביסל סחורה, 'מנשה בלוט'..
כ'הייב שוין אן צו קלערן, וואס האט זיך מיך עס געלוינט בכלל צו ווערן פעימעס.. אזוי נאכצולויפן און נישט פטור ווערן.. אבער וויפיל נקמה איך האב געשלאגן, ווען כ'האב דעם רפואה קודם למכה אויסגערישט, און געשלאגן רעכטס און לינקס און פארטיליגט גאנצעטע מחנות ביזן טיפן מוצאי שבת אריין דאך האב איך נאך ווייט נישט געגרייכט דעם ענדגילטיגער ניצחון.
ווייל דאן, האט פאסירט עפעס אינעם זונטאג באגינען, אינעם פרי שטונדע ווען כ'האב געגלוסט צו כאפן א שפאציר נעבן וואסער, איינע פון די מאסקיטא פעמעליס הויפט באזע..
און אומגעשפירט אז איינער פון די זקיני המאסקיטאס, לאקערן אויף מיר, איז שוין געווען צו צו שפעט..!
איך האב שנעל אנגעהויבן צו שפירן דעם קלאפ פונעם שונא, דער האט מיך איבערגעלאזט מיט א געשוואלענעם ביס! נישט אויפן האנט צו אויפן שטערן, נישט אויפן גענאק צו אויפן שויס, ניין! נאר דארט אונטערן ריקן.. דארט ווי איך קען קוים גרייכן מיטן שפיץ פינגער..
נישט אהער און נישט אהין.. גיי קראץ דיך.. ווי מ'זאגט!
נו גיי לויף ארום ווי די מצרים געשלאגענע, און האלט אין איין קראצען, בשכבך ובקומך ובלכתך בדרך.. ס'דאך א בושה זיך צו קראצן אין צענטער פונעם רשות הרבים, אבער די ביסנ'שטאף וואס דער יעניגער מאסקיטא האט מיך אנגעדרייעט מיטן צידה לדרך, לאזט נישט נאך..
איך מוז מודה זיין, דער ציבור איז מער ווייניגער אין שטאט, אבער די מאסקיטאס וואס זיי האבן געלאזט האדעווען, האבן זיי לחלוטין איבערגעלאזט פאר מיר.. נו וואס טוהט מען..?
אשר על כן טייערע ידידים, לאמיר זיך צוזאמנעמען, און אויסרופן א מלחמה להשם בעמלק.. אויסראטן די מאסקיטאס וואס האבן זיך צושפייז גענומען מנשה'לע.. און רודפ'ן עהם נאר פארן איינעם חטא, ווייל ער איז זיס!
אוי אהוי איי OWU!