| נשלח ב-7/9/2011 18:03 |
|
| |
קידוש השם: רבי משה אליעזר זיגעלמאן
RAY OF SUNLIGHT IN THE DARKNESS
כלל ישראל האט קוים אפגעאטעמט און אויפגענומען מיט פרייד די בשורה אז הבחור יואל זאב גאלדשטיין, אסיר יאפאן, איז באפרייט געווארען און ארויסגענומען געווארען משבי' אין א מזלדיגע שעה.
יעצט קומט די בשורה אין די פרעסטיזשפולע לאס אנזשעלעס טיימס אז א 64 יעריגער איד, הרב משה אליעזר זיגעלמאן לייגט זיך אריין מרצונו הטוב בידים אין תפיסה עוד הפעם.
ר' משה אליעזר איז שוין געווען פארשמאכטעט עטליכע יאר אין תפיסה, דורך די צייט האט דער פראקוראר געסטראשעט מיט גוטען און מיט בייזען אז ער זאל "בלויז" מסר'ן עטליכע אידען און ער וועט זיין א פרייער מענטש. ר' משה אליעזר, א תורה טרייער איד, איז בייגעשטאנען דעם נסיון און פארדעם באצאלט דעם טייערען פרייז פון פרייהייט, עטליכע יאר געווען צוטיילט פון די משפחה, נישט מיטגעהאלטען די חתונות פון זיינע ערשטע אייניקלעך, נישט מיטגעהאלטען צענדליגע שמחות פון די משפחה מיט א רואיגען געוויסען אז ער וועט ח"ו נישט נעמען אידיש בלוט אויף זיין האנט און ער וועט נישט פארמסר'ן אנדערע אידישע קינדער.
ענדליך איז דער ערווארטעטער טאג אנגעקומען און ער איז ארויסגעקומען אויף די פריי צו די גרויס שמחה פון די משפחה, קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען.
הרשעים כים נגרשו, דער פראקוראר איז אבער נישט זאט געווארען, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט פאר דעם אדוואקאט, אין יארע 2010, ווען איך האב שוין געהאט מערערע אידישע און פרומע מוסרים און פארשידענע קעיסעס וואס האבען אפענערהייט און באהאלטענערהייט קאאפערירט אנטקעגען היימישע ברודער, קען איך נישט לאזען אז עס זאל זיך צוריק אנהייבען די אלעט מעשיות און איסורים פון מסירה, איך וועל דעם זיגעלמאן צופיצלען און צוברעכען למען ידעו אז די אלעט מעשיות ארבעטען שוין נישט.
מיט מסירת נפש און שטאלץ האט ר' משה אליעזר געשריגען, איך בין א איד א שומר תורה ומצוות, איך וועל מיט שמחה צוריקגיין אין תפיסה מיט א ריינעם געוויסען און ח"ו נישט מסר'ן קיין צווייטען איד. די מסירת נפש דערפון איז אומבאשרייבליך, מען רעדט פון א 64 יעריגען איד, ער ליידט אויף פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען, ער האט שוין טועם געווען דעם כוס התרעלה און ווייסט זייער קלאר אין וואס ער לאזט זיך אריין, און דאך מיט אן עזות דקדושה רופט ער אויס,
כלל ישראל איז נישט באנקראט, עוד ישראל רד עם קל.
עס איז נאך דא ערליכע אידען וואס זענען גרייט צו פארגיסען די אייגענע בלוט און נישט טרונקען א צווייטענס.
אין די היינטיגע צייט ווען ליידער זענען מיר שוין מלומד מיט היימישע מוסרים איז דאס כמים קרים על נפש עייפה אז עס איז נאך דעם מסירת נפש אידען צווישען אונז.
מאכט נישט קיין טעות, ר' משה אליעזר איז נישט קיין קרבן יחיד, ער איז א חטאת הציבור. די סיבה פארוואס די פראסעקיוטער האט זיך פארלייגט אויף אים איז ווייל ליידער האבען אנדערע אידען נישט עומד בנסיון געווען, און ביי א געוויסען קרייז איז מען גאר פרייוויליג געווארען שותפים מיט די יו. ס. עטוירניס אפיס און געמסר'ט היימישע אידען און דערפאר גלייבען זיי אז מיט מאכען ר' משה אליעזר א קרבן ציבור וועלען אנדערע אידען נישט עומד בנסיון זיין און ווי אין די פארגאנגענע 10 יאר וועלען זיך טרעפען היימישע אידען וואס וועלען מסר'ן כאוות לבם.
כלל ישראל דארף איינרייסען פאר משה אליעזר בן אסתר, 1.00 ניו יארק צייט וועט זיין דער משפט אין קאליפארניע, און ער דארף געוואלדיגע רחמי שמים. אז כלל ישראל וועט איינרייסען וועלען די הימלישע פענסטער זיך עפענען און ר' משה אליעזר וועט ניצול ווערען.
זאל דער אייבערשטער העלפען אז אין דעם זכות וואס איין איד האט מסירת נפש פאר א צווייטען איד, זאל דער רבוש"ע רחמנות האבען אויף אונז אויך און אנשטאט ר' משה אליעזר זאל ח"ו אנקומען שנית אין חד גדיא, הוא יגאלינו שנית לעיני כל חי בביאת בן דוד אמן
קעפּל פארראכטן
תוקן על ידי המהדרין ב- 07/09/2011 20:02:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 18:07 |
|
| |
ברוך המקדש שמו ברבים!!!
Rabbi's refusal to testify could send him back to jail Pictures By Victoria Kim, Los Angeles Times Wed Sep 7 2011 12:00 AM *-- cached: false*
Two years ago, Rabbi Moshe Zigelman went to prison rather than testify against fellow Jews in a federal tax-evasion case and receive a lesser punishment.
Now, federal prosecutors are threatening him with a return to jail unless the 64-year-old devout Hasid agrees to testify before a grand jury regarding the federal government's ongoing probe of tax evasion in his Orthodox Jewish sect. On Wednesday, they will ask a judge to order him to testify or be found in contempt.
His attorney says Zigelman, a teacher of ure and son of Holocaust survivors, will again refuse, citing his religious principles.
Zigelman's unyielding religious stance has led to attorneys wrangling in a federal courtroom over the rare intersection of the modern U.S. legal system and the ancient Jewish doctrine of mesira, a prohibition for Jews against informing on other Jews to secular authorities.
Prosecutors have said the rabbi's position is unsupported by Talmudic law, according to court papers filed by Zigelman's attorneys. Defense attorneys contend that he is again being asked to make the obvious choice between heaven and earthly jail cells, and that no prison time will be able to get Zigelman to go against his religion and face ever-lasting punishment.
"No earthly sanction will ever make Rabbi Zigelman abandon his religious precepts," Michael Proctor, an attorney for Zigelman wrote in court papers. "Imprisoning Rabbi Zigelman would be an empty, unjust act that accomplishes nothing."
Assistant U.S. Atty. Daniel O'Brien said whether Zigelman would be compelled to testify was unrelated to Jewish principles.
"Bottom line is, federal law is federal law. It's not religious law that's going to govern the court's decision," he said. O'Brien declined to discuss specifics, saying that much of the case is sealed because it involves grand jury matters.
Zigelman was arrested in 2007 for his part in a decade-long enterprise through which wealthy donors made tens of millions of dollars in contributions to Spinka, a Brooklyn-based Hasidic sect, only to have most of the money refunded through an underground money-transfer network. The donors received large tax breaks on the bogus amounts; Spinka and related charities profited through the small portion of the sums they kept.
Zigelman was the executive assistant to Grand Rabbi Naftali Tzi Weisz. In a plea agreement, he admitted to arranging the illicit donations and facilitating money transfers through an international network.
At the time of his sentencing in 2009, prosecutors noted that the belief held by Zigelman and others that "it is a sin to inform on a fellow Jew" led to difficulties in detecting rampant fraud. They asked for a heavier sentence for Zigelman compared with another defendant who cooperated, saying it was necessary to "provide an example to the community that such behavior carries with it not only enormous profits, but serious costs." He ultimately received a 24-month sentence.
After his release from federal prison this year, he was served with a subpoena to testify before a grand jury in the government's continuing investigation in the same scheme.
Experts in Jewish law said the principle of mesira originates from a time of oppressive and brutal secular authorities, and that how it applies in modern society is a topic of much controversy and debate.
Rabbi Michael Broyde, an Emory University law professor and a member of the rabbinical court Beth Din of America, said a commonly held view is that the principle doesn't apply in a just, democratic state. At its root, the concept is similar to the reluctance in black communities in the South in the early 20th century to report one of their own to authorities, the professor said.
Broyde, who was cited by attorneys on both sides in court filings, said he would be surprised if the judge allowed Zigelman to avoid having to testify.
"It's rare for a judge to accept as a bona fide claim the Jewish law prohibition of informing, in a case in which the person who's pleading that was convicted of the underlying crime," he said. "It undermines the credibility of the claim that he's not an innocent, neutral third party."
The rabbi's attorneys wrote in their papers that what matters is not whether Zigelman was correctly interpreting Jewish law, but the fact that his belief is sincere and that the rabbi, who is in failing health, will under no circumstance change his mind. Given his clear principle, finding him in contempt and sending him to jail will be "vindictive rather than coercive," they wrote.
Zigelman was born in communist Hungary to a mother who had been interred at Auschwitz and a father whose first wife and six children died in the Holocaust, according to his attorneys. After moving to Brooklyn in the 1970s, he began working for the Hasidic sect in the kitchen before eventually becoming executive assistant to the grand rabbi.
[email protected] *-- Generated by Groovy TemplateServlet [create/get=0 ms, make=3 ms] *
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 18:17 |
|
| |
עס קומט טרערן אין די אויגן ווען מ'ליינט די טראגישע געשיכטע פון הרב הצדיק ר' משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א. עס שרייט פון זיך אליינס: לא אלמן ישראל!
ר' משה אליזער'ס מעשה איז כמעשה דפנחס. א שטיק קנאות און א הויעכהילכיגער קידוש השם. ר' משה אליזער וועלכער איז א ירושלימדיגער געבוירענער האט ארויסגענומען פון טאש דעם עזות דקדושה און איז מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו. אפילו עפעס א ראביי פון א קאלעדזש האט געגעבן א סטעיטמענט צו די פרעסע וואו ער פארדאמט מסירה, און זאגט אז א איד טאר נישט מסר'ן, און ער האפט דער שופט וועט זיך דערמיט רעכענען.
אין דעם זכות אליינס וואס ר' משה אליזער האט מחיה מתים געווען דעם "מת מצוה" פון נישט מסר'ן א צווייטן איד, וועט ער זיכער ארויסגיין אויף דער פריי, און בלויז אפקומען מיט שרעק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 18:38 |
|
| |
יאפס מיינע אויגן זענען שוין אויך פיל מיט טרערן ווי א איד קען נעמען די שטארקייט און מסירת נפש וויסנדיג אז עס קען מעגליך ווארטן אויף אים תפיסה א.ד.ג.
נאר איין זאך פארשטיי איך נישט וואסערע לעגאלע אנקלאגע האבן זיי קעגן אים, האט די עף בי איי א רעכט צו לייגן אין תפיסה איינער וואס זיי האלטן אז ער קען מסר'ן, אזוי ווי להבדיל אם לא יגיד ונשא עונו, צו גאר זיי זוכן אנדערע עבירות מיטן ציל אים צוצוברעכן, אלענפאלס, איינער קען אביסל אויפקלערן אויף וואס וועט זיך באציען די היינטיגע געריכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 18:49 |
|
| |
רבותי!
מען קען פאר דעם איד געבן קוויטלעך!
דאס הארץ גייט אויס פון צער פאר הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א. אבער מיט דעם מסירת נפש וואס ער ווייזט ארויס האט ער זייער אויפגעשפילט מיין אידישען פינק אין שטאלץ וואס איז לעצטענס געווען זייער צוקלאפט דורך אונזערע אידישע ברודער וואס האבן ליידער נישט געקענט עומד בנסיון זיין אין האבן פארגעסן (עשה עצמו כאילו לא ידע..) וואס פאר אן אחריות דאס ווארט "איד" טראגט מיט זיך מיט.
אשרך הרב משה אליעזר שליט"א שזכית לקדש כבוד שמים וכבוד ישראל!
עס איז א זכיה פאר כלל ישראל צי קענען זאגן א קפיטעל תהילים פאר הרב משה אליעזר שליט"א, מיר ברויכן אזעכע אידן אסאך מער רבי'ס אין מוסר זאגער'ס.
איך לויף שוין צום תהילים, זיך אויסגיסען דאס הארץ פארן אייבערשטען פאר הרב משה אליער זיגעלמאן שליט"א זאל ארויס גיין פריי פונעם משפט היינט.
השתדלו והרבה תחינה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:00 |
|
| |
אוי, איז שוין איינער אויפגעשטאנען א גרינע מיטוואך און געשפירט אן התעוררת, אזוי שטארק אז ער שפירט אז ער לעבט אינגאנצען נישט אין די צייטן, נאר פאר 40 יאר צוריק בהילו נרו על ראשינו.
ווען איך האב היינט געליינט די מסירות נפש פון הרב משה אליעזר זיגעלמאן, האט דאס מיר צירוק געברענגט די זכרונות פון בערך 35 יאר צירוק, ביי די פרשת נורסינג הוימס וואס אידן (וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט) זענען געגאנגען זיצען, וויל זיי האבן נישט געוואלט מסרן, און ווי רביה''ק זצוק''ל האט זיי מחזק געווען, זיי באגלייט מיט טרערן אין די אויגן (און ווען מהאט געפרעגט וואס זיי זאלן זאגן פאר די קינדער האט ער געזאגט, מ'זאל זאגען מיט שטאלץ אז טאטי איז א איד, און גייט זיצן ווייל ער מסרט נישט קיין אנדערע איד) און ווען איינער איז ארויסגעקומען פון תפיסה האט אים די גאנצע ק''י ת''ת מקבל פנים געווען, דערנאך איז ער געגאנגען אין מקוה און אריין צום רבין ז''ל וואס האט אים אויפגענומן מיט שמחה און אים געווינטשען ברכות לרוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:08 |
|
| |
מי כעמך ישראל לאמיר האפן אז אין דעם זכות וועט ער באפרייט ווערן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:12 |
|
| |
אחינו כל בית ישראל: מיר זענען נאָכנישט פאַרלוירן!!!
כמעט וואס איך בין נישט מגיב לעצטענס. אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן היינט.
דער ניק 'מסירה' האט אונז געברענגט ליכטיגע שטראלן אין דעם גרויסן חשכות אין וועלכן מיר לעבן היינט. ער דערמאנט אין זיינע שורות אז די העלדישע נייעס וואס מ'הערט וועגן דעם צדיק רבי משה אליעזר זיגלמאן שליט"א איז "כמים קרה על נפש עייפה". און יא! אמת! ס'איז ווי פילע גאלאנען קאלטע וואסער וואס פון דעם גיט מען צו טרינקען פאר אונזערע אויסגעמוטשעטע, פארשקלאפטע און דארשטיגע נשמות.
אין אזא פינסטערע וועלט נעבעך, וואו אידן, אייגענע און היימישע, אחינו בשרינו, קענען ליידער נישט ביישטיין דעם נסיון פון מסר'ן יענעם, איז די שטארקע העלדישקייט וואס דער צדיק רבי משה אליעזר ווייזט ארויס, זיין שטארקייט און גבורה מיט וועלכע ער זאגט פאר די גאנצע גואישע וועלט "לא אמסור", איז פאר אונז א טרייסט, א נחמה, אז דער אידישער פונק, דער אידישער גלאנץ איז נאך פארהאן ב"ה מיט איר גאנצקייט!
הצדיק רבי משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א דארף און וועט פאר אונז זיין א לעבעדיגער ביישפּיל פון א אמת'ע תורה טרייע איד! וואויל איז פאר אים וואס ער האט די זכי' אונז אלע צו דערמונטערן און שטארקן. זיין 'אידישע' שטאלץ וואס ער צייגט ארויס מיט דרייסטקייט און אפענקייט, אפגעזען וואס דאס וועט אים קאסטן חלילה ה"י, לערנט אונז און זאגט אונז אז כלל ישראל איז נאכנישט פארלוירן!! מ'קען נאך היינטיגע צייטן טון וואס די תורה זאגט, אפילו ליידער עס האבן געוויסע מענטשן דאס אדורכגעבראכן און אויסגעריסן פון אונז.
עס איז נישט מער ווי רעכט מיר אלע זאלן פאר אים מתפלל זיין און בעטן, היינט בעת ער שטייט אויס א משפט, ער זאל ארויסגיין זך ונקי, מ'זאל אים קיין שלעכטס נישט קענען טון, און אין זיין זכות זאלן מיר אלע אויסגעלייזט ווערן בגאולת עולם בקרוב ובמהרה ממש, אוי, אמן והלואי.
ישראל נושע בה' תשועת עולמים, גם היום יוושעו מפיך שוכן מרומים!
בקשו רחמים מרובים על משה אליעזר בן אסתר שיתקדש שם שמים על ידיו קבל עולם ומלואו, ויצא לחירות במשפטו היום
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:30 |
|
| |
אשריך רבי משה אליעזר! דער העלד פון כלל ישראל!
אידישע קינדער זייט מתפלל און רייסט איין פארן העלד פון כלל ישראל!! היינטיגן טאג גייט פאר'משפט ווערן א טייערען חשובען איד הרבני החסיד הרב משה אליעזר זיגעלמאן הי"ו פון ב.פ., וועלעכע גייט אדורך א שווערן קעיס פאר זיין איינציגע 'חטא' פון נישט וועלן מסר'ן א צווייטען איד רח"ל, עס איז נישט משיג צו זיין די געוואלדיגע פארלעגענהייט וואס א מענטש שטייט אין אזא צייט, פון איין זייט קען מען זיך זעהן ארויס פון אלע פראבלעמען און אפגערעדט פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארען וואס די קעיס קאסט אפ, און פון די אנדערע זייט איז אבער דא א תורה הקדושה לאזט נישט, און הרב רבי משה אליעזר שליט"א האט טאקע געמאכט דעם ריכטיגן ובחרת בחיים, זיך אליינס מפקיר געווען און זיך ארויפגעשטעלט אויפן ברעטעל פאר א קרבן ציבור, אלעס כדי נישט צו פארמסר'ן קיין צוויטען חלילה! כלל ישראל שרייט אויס פאר מו"ה רבי משה אליעזר בן אסתר זיגעלמאן הי"ו אשריך! וואויל איז פאר אייך! ואשריך שזכית לכך! ה' עמך גבור חיל! אייערע זכותים זענען אומשאצבאר, די קידוש שם שמים איז עד אין לשער, איר האט זוכה געווען אויפצוהייבן דעם כבוד פון די אידישע פאלק לעיני כל העמים! מיר פון אונזער זייט וועלן איינרייסן ביים דאווענען און ביים תהלים זאגען און מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער להעביר את רוע הגזירה מעליך, און מיר זענען זיכער אז הקב"ה וועט אייך נישט פארלאזען, און די ישועה וועט אנקומען גאר שנעל אויף א וואונדערליכע אופן, ותשועת ה' כהרף עין! און אצינד נאכאמאל!: אשריך רבי משה אליעזר! יא יא: איר זענט דער העלד פון כלל ישראל אידישע קינדער זייט מתפלל און רייסט איין פארן העלד פון כלל ישראל!! היינטיגן טאג גייט פאר'משפט ווערן א טייערען חשובען איד הרבני החסיד הרב משה אליעזר זיגעלמאן הי"ו פון ב.פ., וועלעכע גייט אדורך א שווערן קעיס פאר זיין איינציגע 'חטא' פון נישט וועלן מסר'ן א צווייטען איד רח"ל, עס איז נישט משיג צו זיין די געוואלדיגע פארלעגענהייט וואס א מענטש שטייט אין אזא צייט, פון איין זייט קען מען זיך זעהן ארויס פון אלע פראבלעמען און אפגערעדט פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארען וואס די קעיס קאסט אפ, און פון די אנדערע זייט איז אבער דא א תורה הקדושה לאזט נישט, און הרב רבי משה אליעזר שליט"א האט טאקע געמאכט דעם ריכטיגן ובחרת בחיים, זיך אליינס מפקיר געווען און זיך ארויפגעשטעלט אויפן ברעטעל פאר א קרבן ציבור, אלעס כדי נישט צו פארמסר'ן קיין צוויטען חלילה! כלל ישראל שרייט אויס פאר מו"ה רבי משה אליעזר בן אסתר זיגעלמאן הי"ו אשריך! וואויל איז פאר אייך! ואשריך שזכית לכך! ה' עמך גבור חיל! אייערע זכותים זענען אומשאצבאר, די קידוש שם שמים איז עד אין לשער, איר האט זוכה געווען אויפצוהייבן דעם כבוד פון די אידישע פאלק לעיני כל העמים! מיר פון אונזער זייט וועלן איינרייסן ביים דאווענען און ביים תהלים זאגען און מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער להעביר את רוע הגזירה מעליך, און מיר זענען זיכער אז הקב"ה וועט אייך נישט פארלאזען, און די ישועה וועט אנקומען גאר שנעל אויף א וואונדערליכע אופן, ותשועת ה' כהרף עין! און אצינד נאכאמאל!: אשריך רבי משה אליעזר! יא יא: איר זענט דער העלד פון כלל ישראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:49 |
|
| |
א ריכטיגער מקדש שם שמים!
ליידער שפירן מיר שוין גוט אויף די ביינער דעם גלות אמעריקא, פשוטו כמשמעו, כלל ישראל היינט צו טאגס איז אזוי אונטערדריקט פול מיט פחד און שרעק פון דעם מלכות (של חסד??), און עס איז שוידערליך וואס מען קלאגט אן און מען וויל איינזעצן א איד פאר'ן צווינגען צו מסר'ן א צווייטן, און דאס איז שוין נאכן אפזיצן אין תפיסה.
לאמיר האפן אז ער וועט ארויסגיין זכאי בדין. ובזכותו וועלן מיר אלע ארויסגיין זכאי בדין שמים.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:54 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | אוי, איז שוין איינער אויפגעשטאנען א גרינע מיטוואך און געשפירט אן התעוררת, אזוי שטארק אז ער שפירט אז ער לעבט אינגאנצען נישט אין די צייטן, נאר פאר 40 יאר צוריק בהילו נרו על ראשינו.
ווען איך האב היינט געליינט די מסירות נפש פון הרב משה אליעזר זיגעלמאן, האט דאס מיר צירוק געברענגט די זכרונות פון בערך 35 יאר צירוק, ביי די פרשת נורסינג הוימס וואס אידן (וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט) זענען געגאנגען זיצען, וויל זיי האבן נישט געוואלט מסרן, און ווי רביה''ק זצוק''ל האט זיי מחזק געווען, זיי באגלייט מיט טרערן אין די אויגן (און ווען מהאט געפרעגט וואס זיי זאלן זאגן פאר די קינדער האט ער געזאגט, מ'זאל זאגען מיט שטאלץ אז טאטי איז א איד, און גייט זיצן ווייל ער מסרט נישט קיין אנדערע איד) און ווען איינער איז ארויסגעקומען פון תפיסה האט אים די גאנצע ק''י ת''ת מקבל פנים געווען, דערנאך איז ער געגאנגען אין מקוה און אריין צום רבין ז''ל וואס האט אים אויפגענומן מיט שמחה און אים געווינטשען ברכות לרוב.
|
|
די האסט גענוג פרוף אז דיינע עלטערן זענען אידן? קוקט עפעס נישט אויס אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 19:59 |
|
| |
רבותי!!!!!!!!! זיי ניצן הצדיק משה אליעזר שליט"א פאר א שטעקן קעגן גאנץ כלל ישראל..... קיקטס וואס די פראסיקיוטער זאגט: . They asked for a heavier sentence for Zigelman compared with another defendant who cooperated, saying it was necessary to "provide an example to the community that such behavior carries with it not only enormous profits, but serious costs." He ultimately received a 24-month sentence. אינץ וועל מיר אבער אויסשרייען ס'לוינט זיך יא, און גארנישט וועט צוברעכן דעם פעסטען אייזענען כאראקטער פון כלל ישראל, די נארישע תפיסה איז גארנישט קעגן די רדיפות שוין טויזענטער יארן קעגן די תורה-טרייע אידן. און קיקטס די ווערטער וואס הצדיק ר' משה אליזר שליט"א זאגט ברבים פאר די גאנצע וועלט, יעדער ווארט עקסטער קען מען א קיש געבן, און ארויפשיקן אויבן אין הימל די הייליגע טעג לסתום פי השטן: Defense attorneys contend that he is again being asked to make the obvious choice between heaven and earthly jail cells, and that no prison time will be able to get Zigelman to go against his religion and face ever-lasting punishment. אין אידיש, גהינם איז נישט קיין פארגלייך צו ערדישע תפיסה צעלן, און גארנישט וועט איהם איבערדרייען, צו גיין קעגן אידישקייט און האבן א לעבנס לענגליכע עבירה. א קיש צו געבן. אבער ווי שוין באקאנט איז אייביג דא דער מכם ומבכם, א אידישע פראפעסאר לאט זיך הערן, אז ס'איז נישט קיין שום עוולה צו מסר'ן, זאל ער אין די ערד גיין וואס שנעלער, צוזאמען מיט אלע וואס האלטן אזוי. אגב יעדער דיטעל פון הצדיק ר' משה אליעזר שליט"א ווערט דורך געשמועסט מיט מרן רבינו שליט"א, און רבינו שליט"א שטייט אין שפיץ פון דעם קעיס, און די רבי שטייט איהם צו די רעכטע הענד און איז איהם מחזק מיט זיין הייליגע קידוש שם שמים'דיגע מערכה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 22:44 |
|
| |
איך בין נייגעריג פון ווי ער נעמט די הלכה וועגן מסירה?
Michael J. Broyde Email: mbroyde(at)law.emory.edu Phone: 404.727.7546 Fax: 404.727.4705
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 22:59 |
|
| |
עפעס נייעס פון געריכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 23:05 |
|
| |
הערליך שיין ר' משה אליעזר! דאס איז די חלום פון יוד! דאס איז מסירת נפש! דאס דארפן מיר פארהערליכן פאר אונזערע קינדער! היינט אין א דור ווי יעדע צווייטע ווארט אין א געפעכט איז "אילך ואמסור",- איז דאס ווי בּאַלזאַם אויף א פאראייטערטע מכה!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2011 23:07 |
|
| |
שיין ווי די לויער זאגט "נישט קיין נפקא מינה וויפיל יאר תפיסה דו וועסט אים גיבן, וועט ער נישט מותר זיין אויף זיינע יודישע פרינציפן" הוי עז כנמר, דא דארך מען ניצן דעם עם-קשה-עורף
|
|
|
|
|