|
|
| נשלח ב-12/9/2011 04:53 |
|
| |
| היראים כתב: |  | נאכדערצו ווען הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש שריט קלאר אז לויטן שו''ע זענען נישט קיין מוסרים איך האב נישט קיין טעיפ ווי ער זאגט עס
כ'האב פאר דיר א עצה, פרעג אים,
ער זאגט דאן פאר יעדן אין ער האט עס אויך געזאגט פאר די דייני קהלתינו
זעהט אויס אז ער קען אביסל מער לערנען פונםע לוזער קעסטנבוים |
|
איך בין זיכער אז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א קען פיל מער לערנען פון מיר, אבער אויב האט ער געטראפן אין שו"ע א היתר ביי די פאל צו מסר'ן, פארוואס מעג איך נישט וויסן די היתר? נישט חלילה אז ר' יצחק שליט"א זאל דא ענטפערן פאר שלמה ווייס, ניין, נאר ער זאל געבן בכתב פאר שלעזינגער, פארוואס דא איז נישט דא די איסור פון מסירה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2011 21:41 |
|
| |
ר' יצחק מאשקאוויטש האלט אויך אז אביגדור שלעזינגער איז א מסור, גלייך נאכן מסרן האט ער געשיקט א איד צו אים (ג.ז.) זאל אים איבערגעבן ער זאל מער נישט קומען אין ביהמ"ד
ואכה"ל פארוואס ער זיצט נאך דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2011 22:04 |
|
| |
אמת, לכתחילה האט רבי יצחק מאשקאוויטש געשיקט א שליח דעם גבאי ר' יוסף לעבאוויטש זאל זאגן פאר אביגדור שלעזינגער זאל מער נישט קומען דאווענען, אבער ווי נאר ר' אביגדור שלעזינגער האט באקומען דעם מעסעדש, איז ער אריבער צו רבי יצחק מאשקאוויטש מיט אלע קארט פאפירן, און נאך צוויי טעג האט רבי יצחק עם מפייס געווען און תיכף אנגערופן ר' יוסף לעבאוויטש און עם געזאגט אז די שלעזינגערס זענען נישט קיין מוסרים און זיי קענען געהעריג קומען דאווענען און בית המדרש, שבת האט רבי יצחק מאשקאוויטש געזאגט ברבים אז ער האט דורכגעליינט אלע קארט פאפירן און עס איז נישטא קיין שמץ מסירה, והדברים ידיעים וברורים לכל מתפללי בית המדרש נייטרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 02:08 |
|
| |
דאס איז געווען נאכדעם וואס לעיזר האט געשיקט שלוחים צו הג''ר ר' יצחק אז זיי האבען געטוהן עפעס וואס זיי האבען אין פאקט נישט געטוהן אין ר' אביגדור האט דאס געפראווט דורך די קארט פאפירן אז ס'איז ליגענט פינקט ווי אלע זייער שקרים, אין זייט דעמאלטס דאווענט ר' אביגדור געהעריג אין ביהמ''ד פינקט ווי פריער (ואכה''ל איז נישט קיין תירוץ אויף דעם....) די נעקסטע שבת נאכמיטוג האבען זיי נאכגעשריבן הג''ר יצחק די גאנצע וועג פין זיין הויז אויף בעדפארד ראסס ביז נייטרא ביהמ''ד אויף ראדני אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי שרייען אויף פרויען אין מיידלעך אוי להם לבריות מעלבונה של תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 15:46 |
|
| |
ווי איך פארשטיי איז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א נישט דער עקספערט אין ליינען קארט פאפירן, צו דעם דארף מען דאך נישט זיין א גרויסע תלמיד חכם
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 17:02 |
|
| |
רבי יצחק מאשקאוויטש ליינט און פארשטייט זייער גיט ענגליש, ער הרט דורכגעליינט אלע קארט פעיפערס און געקומען צו א החלטה אז אין כאן שמץ מסירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 19:42 |
|
| |
רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 19:50 |
|
| |
א שאד ר' משה אליעזר האט נישט קיין עקסעס צו די שופלאד, איי געס נאר ארונים קענען דארט צוקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 06:58 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב. א שאד ר' משה אליעזר האט נישט קיין עקסעס צו די שופלאד, איי געס נאר ארונים קענען דארט צוקומען |
|
איך האב פאר אייך נייעס, יחזקאל גאלד פארמאגט אויך א ענדליכע שופלאד, נאר אביסעל א גרעסערע, ער האט פאר מסירה און אויך פאר זנות
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 15:23 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | רבי יצחק מאשקאוויטש ליינט און פארשטייט זייער גיט ענגליש, ער הרט דורכגעליינט אלע קארט פעיפערס און געקומען צו א החלטה אז אין כאן שמץ מסירה. |
|
כ'פארשטיי נישט וואס דארפסטו דא צוקומען צו ר' יצחק מאשקאוויטש?! מיר קענען אלע ענגליש, און מיר קענען אלע אליין אדורכליינען די פעיפער'ס!!
דו האסט עס נישט אדורכגעליינט? איך יא!
וואס ר' יצחק מאשקאוויטש האט דארט געזעהן - ווייס איך נישט, אפשר מלאכים היוצאים מן התקיעות, (וכבר למדנו רביה"ק זי"ע אז א דיין און א רב איז נישט העכער ווי די תורה ווען ער זאגט א זאך אן קיין שום טעם און סברה) איך האב אבער געזעהן דערין ריכטיג מסירה!. אדרבה! ווער ס'גלייבט נישט גייט און ליינט עס אליין איבער, יעדער קען עס זעהן!
די פייערלעשער דעפארטמענט שרייבן קליפ און קלאר אז מצדם איז די קעיס שוין געווען פארמאכט, און ס'איז "נישט" געווען קיין באווייזן אז ס'איז געווען ארסאן, ביז ס'איז געקומען א דורכברוך מצד די משפחה (!). און לייגן אראפ אויספיהרליך וויאזוי זיי האבן זיך געטראפן מיט די מוסרים און זיי האבן אלעס דערציילט!
מוסרים לכל הדיעות!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 17:55 |
|
| |
דו ביסט לא עלינו ו"לא עליכם" א שקרן וכזבן, איך האב דורך געליינט אלע קארט פאפירן מדאשקע לדאשקע און דער סטעיטמענט וואס דו ברינגסט פון די פייער דעפארטמענט, ווערט נישט ערוועינט אינערגעץ, דאס איז היים ארבייט פון לא עליכם, היימיש געבאקן, וואס יא? דער ריכטער שרייבט זייער קלאר און דייטליך אז אן די טעסטימאני פון די שלעזינגערס וואלט גארנישט נשתנה געווארן, זייער טעסטימאני איז נישט מעלה ומוריד ס'איז נאר כיהודא ועוד לקרא, אויב זיכט מען באמת מסירה איז דא טעסטימאני פון איינעם ווייזער וואס האט געזאגט זייער שלעכטע עדות, און פון איינעם ברוין וואס זיין עדות איז אויך שטארק שעדליך, אלזא, זאלי מוסרים! איר מסר'ט ווייטער, און שרייטס ווייטער מוסרים אויף אומשולדיגע מענטשן,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2011 00:54 |
|
| |
צדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 00:40 |
|
| |
די פאלגענדע האב איך באקומען אין אישי: לכבוד 'לא עליכם' (וואספארא נאמען איז דאס?) היות איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין דעם פארום (איך האב קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות דא) דעריבער שרייב איך דיר אין אישי. איך וויל דיר מודיע זיין אז לדעתי איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין וויכוחים אויף אן ענין וואס איז קלאר און דייטליך ביי יעדן נארמאלן מענטש. ס'איז זייער פארשטענדליך אז די וואס מכלומרש'ט ווילן שטעלן אן אנשטעל כאילו זיי ווייסן אנדערש, ווייסן אויך קלאר דעם ביטערן מציאות, אלזא, איז באמת איבעריג צו זיך באפאסן מיט די יעניגע וואס צוליב זייטיגע אינטערעסן ווילן זיי פארקירעווען דעם ביטערן פרשה. בהזדמנות זו, וויל איך מיר דיר מיטטיילן דאס פאלגענדע: מיט א צייט צוריק בין איך בנוגע א געוויסן קעיס געווען אינאיינעם מיט נאך אידן ביי א גאר חשוב'ן פערזענליכקייט וואס לית מאן דפליג אז ער איז דער צענטער אוואו הונדערטער אידן ווענדן זיך צו איהם בנוגע די סארט ענינים, און איז איינער וואס זיין פארשטאנד אין לעגאלע ענינים והמסתעף איז ממש להפליא, און בתוך השיחה איז ערגעצוואו ארויפגעשווימען די קעיס פון ר' נפתלי שלעזינגער. האט איינער פון די אנוועזנדע אנגעפרעגט דעם פערזענליכקייט צו איז דאס ריכטיג אז ביי דעם קעיס איז אנגעגאנגען מסירה כידוע, האט דער פערזענליכקייט א פרעג געטוהן: "וואס? א פראגע בכלל?", "איך קען דעם קעיס זייער גוט בפרטי פרטים און דאס אז די זענען מוסרים איז בכלל דען שייך צו צווייפלען?". איך בין געווען אביסל אין שאק הערנדיג וואס פאר א דרייסטקייט די ווערטער זענען געזאגט געווארן. דערביי האט ער מורא'דיג באוויינט דעם מצב היינט צו טאגס, וואו אידישע קינדער האבן זיך ליידער אזוי דערקייקעלט אז מען האלט אויף אזא נידריגן שטאפל. בהמשך ער האט מרחיב געווען מיט נאך פרטים בנוגע דעם קעיס וואס תסמר שערות ראש ואכמ"ל. איך האף נאר אז די שארפע לשונות וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף מוסרים בכלל ולאו דווקא אויף אט די מוסרים זאל מקויים ווערן בקרוב אזוי אויך בין איך לעצטענס געווען ביי עפעס א גרויסן לויער (אויך בנוגע א אנדערע קעיס), וואס דער לויער האט געארבעט ביז גאנץ לעצטענס אין די רעגירונג זייענדיג א פראסיקיוטער, און איז היינט אויף די אנדערע זייט (פרייוועט פרעקטיס(. איז רעדנדיג מיט איהם איז אויך ווי ארויפגעשווימען בין הדברים די שלעזינגער קעיס, האט ער פארציילט שוידערליכע זאכן ווי אט די מוסרים האבן צוגעהאלפן די רעגירונג ביי טריט און שריט אלעס כדי צו אריינמייערן זייער פעטער אין תפיסה אריין. ער האט גראדע דאס נישט פארציילט אלס חסרון מצד די מוסרים, נאר מען האט אזוי דיסקוסירט אביסל די שלעזינגער קעיס און הערנדיג געוויסע ערשט האנטיגע אינפארמאציע איז דאס געווען העכסט אינטערעסאנט ווי אויך ליידער גאר ווייטאגליך דעריבער האלט איך אז לדעתי איז העכסט זינלאז זיך צו באפאסן מיט אט די סארט וויכוחי סרק וואס איז פשוט וברור פאר יעדן בר דעת דעם אמת. זייענדיג אין די לעצטע צייטן אביסעלע פארמישט אין פארשידענע קעיסעס, האב איך פאר נייגעריגקייט געליינט אסאך איבער דעם קעיס (און יעדער קען דאס לייענען), וואס בדרך אגב, גלייב מיר אז איך האב דעם ר' נפתלי קיינמאל נישט געקענט פערזענליך, בלויז געהערט אסאך פון איהם, און די לעצטערע צייטן איז מיר אויסגעקומען איהם צו זעהן עטליכע מאל גייענדיג באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסה, עס איז באמת א הארץ ווייטאג ווי א איד און די יארן ווי אויך אנדערע אחב"י שמאכטען נעבעך דארט אזויפיל יארן, השם ירחם. עס איז קלאר אז דער בעל דבר וועלענדיג דורך ברעכן מסירה ביי כלל ישראל וואס איז דאך פון די הארבסטע ענינים וואס אפילו אנשים פשוטים במשך אלע דורות האבן מיט מסי"נ זיך אפגעהאלטן דערפון, איז עטוואס געלונגען צו מאכן דערפון א פאליטיק ווי גלייך עס האט צו וועלעכע פארטיי מען געהערט וכו' בו בזמן וואס דער ביטערער מציאות איז ליידער קליפ און קלאר. און עס מוז טאקע ארויסגעהויבן ווערן דער העעראישער אקט פון הרה"ח ר' משה אליעזר בן אסתר שליט"א וואס האט ריכטיג מקדש געווען שם שמים, דער אויבערשטער זאל איהם געבן אסאך כח און סייעתא דשמיא ער זאל ניצול ווערן פון אלעם בייזן, אזוי אויך די אלע יושבי חושך וצלמות, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה ומאפילה לאור גדול.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 05:06 |
|
| |
אוי, לא עליכם, NICE TRY, וואס איז אינטרעסאנט איז, אז דער יעניגער וואס האט נישט קיין רשות כתיבה האט מיר געשריבן אין אישי א גאנצע מגילה ווי ער איז געווען ביי דעם עסקן וואס רבים נהנו ממנו עצה ותושי' בנוגע לעגאלע פראבלעמען, און עס איז ארויף געקומען דער מדובר פון נפתלי שלעזינגער און אויף זיין פראגע צו עס איז געווען מסירה, לאכט ער אין די פויסטן, ווי מסירה ווען מסירה, קיינער האט עם נישט געמסרט, ווען ער טשעפעט ווען נישט דעם פייער מארשאל און ווארפט עם נישט אראפ אלע שטיגן און איז נישט קיין מחוצף פארן ריכטער וואלט ער מן הסתם בכלל נישט פאראורטיילט געווארן צו תפיסה און אפילו אויב יא וואלט ער שוין לאנג געווען אינדרויסן, אזוי האט אויך געזאגט עפעס א גרויסער לויער וואס איז אמאל געווען א פראסעקיוטער, און ער האט ציטירט דעם פסק פונעם ריכטער אז אן די טעסטימאני פון די נעפיוס וואלט גארנישט נשתנה געווארן, זייער עדות האט גארנישט משנה געווען לא מעלה ולא מוריד,
אלזא האבן מיר צוויי תגובות אין אישי וואס איז זיך סותר, איך מיין אז דער נייטרא רב שליט''א גלייבט די תגובה וואס איך האב באקומען, ווער גלייבט דיין תגובה?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 09:22 |
|
| |
| לאעליכם כתב: |  | די פאלגענדע האב איך באקומען אין אישי: לכבוד 'לא עליכם' (וואספארא נאמען איז דאס?) היות איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין דעם פארום (איך האב קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות דא) דעריבער שרייב איך דיר אין אישי. איך וויל דיר מודיע זיין אז לדעתי איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין וויכוחים אויף אן ענין וואס איז קלאר און דייטליך ביי יעדן נארמאלן מענטש. ס'איז זייער פארשטענדליך אז די וואס מכלומרש'ט ווילן שטעלן אן אנשטעל כאילו זיי ווייסן אנדערש, ווייסן אויך קלאר דעם ביטערן מציאות, אלזא, איז באמת איבעריג צו זיך באפאסן מיט די יעניגע וואס צוליב זייטיגע אינטערעסן ווילן זיי פארקירעווען דעם ביטערן פרשה. בהזדמנות זו, וויל איך מיר דיר מיטטיילן דאס פאלגענדע: מיט א צייט צוריק בין איך בנוגע א געוויסן קעיס געווען אינאיינעם מיט נאך אידן ביי א גאר חשוב'ן פערזענליכקייט וואס לית מאן דפליג אז ער איז דער צענטער אוואו הונדערטער אידן ווענדן זיך צו איהם בנוגע די סארט ענינים, און איז איינער וואס זיין פארשטאנד אין לעגאלע ענינים והמסתעף איז ממש להפליא, און בתוך השיחה איז ערגעצוואו ארויפגעשווימען די קעיס פון ר' נפתלי שלעזינגער. האט איינער פון די אנוועזנדע אנגעפרעגט דעם פערזענליכקייט צו איז דאס ריכטיג אז ביי דעם קעיס איז אנגעגאנגען מסירה כידוע, האט דער פערזענליכקייט א פרעג געטוהן: "וואס? א פראגע בכלל?", "איך קען דעם קעיס זייער גוט בפרטי פרטים און דאס אז די זענען מוסרים איז בכלל דען שייך צו צווייפלען?". איך בין געווען אביסל אין שאק הערנדיג וואס פאר א דרייסטקייט די ווערטער זענען געזאגט געווארן. דערביי האט ער מורא'דיג באוויינט דעם מצב היינט צו טאגס, וואו אידישע קינדער האבן זיך ליידער אזוי דערקייקעלט אז מען האלט אויף אזא נידריגן שטאפל. בהמשך ער האט מרחיב געווען מיט נאך פרטים בנוגע דעם קעיס וואס תסמר שערות ראש ואכמ"ל. איך האף נאר אז די שארפע לשונות וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף מוסרים בכלל ולאו דווקא אויף אט די מוסרים זאל מקויים ווערן בקרוב אזוי אויך בין איך לעצטענס געווען ביי עפעס א גרויסן לויער (אויך בנוגע א אנדערע קעיס), וואס דער לויער האט געארבעט ביז גאנץ לעצטענס אין די רעגירונג זייענדיג א פראסיקיוטער, און איז היינט אויף די אנדערע זייט (פרייוועט פרעקטיס(. איז רעדנדיג מיט איהם איז אויך ווי ארויפגעשווימען בין הדברים די שלעזינגער קעיס, האט ער פארציילט שוידערליכע זאכן ווי אט די מוסרים האבן צוגעהאלפן די רעגירונג ביי טריט און שריט אלעס כדי צו אריינמייערן זייער פעטער אין תפיסה אריין. ער האט גראדע דאס נישט פארציילט אלס חסרון מצד די מוסרים, נאר מען האט אזוי דיסקוסירט אביסל די שלעזינגער קעיס און הערנדיג געוויסע ערשט האנטיגע אינפארמאציע איז דאס געווען העכסט אינטערעסאנט ווי אויך ליידער גאר ווייטאגליך דעריבער האלט איך אז לדעתי איז העכסט זינלאז זיך צו באפאסן מיט אט די סארט וויכוחי סרק וואס איז פשוט וברור פאר יעדן בר דעת דעם אמת. זייענדיג אין די לעצטע צייטן אביסעלע פארמישט אין פארשידענע קעיסעס, האב איך פאר נייגעריגקייט געליינט אסאך איבער דעם קעיס (און יעדער קען דאס לייענען), וואס בדרך אגב, גלייב מיר אז איך האב דעם ר' נפתלי קיינמאל נישט געקענט פערזענליך, בלויז געהערט אסאך פון איהם, און די לעצטערע צייטן איז מיר אויסגעקומען איהם צו זעהן עטליכע מאל גייענדיג באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסה, עס איז באמת א הארץ ווייטאג ווי א איד און די יארן ווי אויך אנדערע אחב"י שמאכטען נעבעך דארט אזויפיל יארן, השם ירחם. עס איז קלאר אז דער בעל דבר וועלענדיג דורך ברעכן מסירה ביי כלל ישראל וואס איז דאך פון די הארבסטע ענינים וואס אפילו אנשים פשוטים במשך אלע דורות האבן מיט מסי"נ זיך אפגעהאלטן דערפון, איז עטוואס געלונגען צו מאכן דערפון א פאליטיק ווי גלייך עס האט צו וועלעכע פארטיי מען געהערט וכו' בו בזמן וואס דער ביטערער מציאות איז ליידער קליפ און קלאר. און עס מוז טאקע ארויסגעהויבן ווערן דער העעראישער אקט פון הרה"ח ר' משה אליעזר בן אסתר שליט"א וואס האט ריכטיג מקדש געווען שם שמים, דער אויבערשטער זאל איהם געבן אסאך כח און סייעתא דשמיא ער זאל ניצול ווערן פון אלעם בייזן, אזוי אויך די אלע יושבי חושך וצלמות, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה ומאפילה לאור גדול. |
|
איך בין מסכים הונדערט פראצענט מיט דאס וואס דער איד אין אישי שרייבט, און סתם צו מאָלן וואסער איבער דעם ענין איז א בחי' פון אין קץ לדברי רוח, דעריבער וועל איך ארויפלייגן כאטש דאס, אז יעדער זאל זעהן ווי ווייט אונזער משה'לע האט נישט קיין שום פראבלעם צו לייקענען שמש בצהריים, ובזה אסיים ואומר שלום.
Supervising Fire Marshal (SFM) Bernard Santangelo – Supervisor Santangelo is currently assigned to the Bureau of Fire Investigation's Citywide South Command in Brooklyn. He is a 30-year Fire Department veteran, having served in this particular bureau for the last 22 years. While assigned to the city's Joint Arson Task Force, Supervising Fire Marshal Santangelo investigated a series of fires in Williamsburg. While investigating one intentionally set fire at 50 Wallabout Street, he discovered that five other arson fires dating back to 1987 occurred in the same building. Each incident was connected to one individual who hid behind several ''shell'' corporations. Further investigation revealed inflated insurance claims in excess of $5.5 million and other monies being laundered. Fire Marshal Santangelo had to gain the trust of cooperating witnesses to solve this investigation, which resulted in the arrest of a dangerous individual, who was putting the public at risk and seeking to use arson for profit. The arsonist is now serving 15 years in federal prison. http://www.brooklynda.org/press_releases/2008/pr_may_08.htm
Commissioner Martin Scott Medal Fire Marshal
Bernard J. Santangelo
BFI, Joint Arson Task Force 1987-2003
Box 75-0331
Brooklyn
Fire Marshal (FM) Bernard J. Santangelo made two arrests in an elaborate arson-for-profit scheme involving millions of dollars and seven fires during a six-year period in a single Brooklyn building with four different addresses. FM Santangelo was assigned to the Joint Arson Task Force, a multi-agency assembled to focus on arson for profit, pattern arson, organized crime arson and asset forfeiture. He hit pay dirt when he meticulously examined past fire activity for 50 Wallabout Street, in the Williamsburg section of Brooklyn, a commercial area near the Brooklyn Navy Yard. The one-block structure was home then to Goodmark Industries, manufacturers of high-end women's sportswear, sold to major retailers. Goodmark handled the entire process on the premises, from yarn to fabric, including dyeing, cutting and finishing. His investigation disclosed that the building had three other addresses: 47-76 Wallabout Street, 750 Kent Avenue and One Classon Avenue and seven fires since 1979. The building and business owner turned out to be Nat Schlesinger, who, with an associate, Herman Neiderman, allegedly obtained an inflated estimate from a third party to support a $706,000 claim for fire loss of raw material, while Mr. Schlesinger himself allegedly submitted a claim for $150,000 for repairs done by a company that did not exist. Several years after the December 31, 1998, fire--which triggered the original investigation--a break came in the form of an informant related to Mr. Schlesinger, who allegedly told an insurance company that Mr. Schlesinger caused the fire. At that point, FM Santangelo began several months of delicate negotiations with the informant in several locations, including New York, Spring Valley and Monroe. Allegedly, Mr. Schlesinger was overheard several hours before the December 1998 fire directing an employee to leave a door open to the area where the fire was set. After examining the fire damage, he allegedly asked, Do you know any other way to get money? Additionally, many documents allegedly were obtained from the informant, leading deeper into their family and business history. On January 23, 2003, the U.S. Attorney's Office for the Eastern District legally won a civil forfeiture, seizing approximately $4.5 million for the sale of 50 Wallabout Street, the fire building, charging that it was the instrumentality through which Schlesinger committed his criminal acts, including arson, insurance fraud and money laundering, thus subject to forfeiture. On October 9, 2003, Mr. Schlesinger and Mr. Neiderman were arrested by FM Santangelo on federal warrants, charging them with eight counts, including arson, use of fire to commit felonies, insurance fraud, money laundering, mail and wire fraud conspiracy, bank fraud and civil and criminal forfeiture, all involving insurance claims for five fires from 1987 through 1999. The Joint Arson Task Force team in the successful investigation included FM Santangelo and Special Agents of the Federal Bureau of Alcohol, Tobacco, Fire Arms and Explosives, the Internal Revenue Service's Investigation Division and Asst. U.S. Attorney Robert LaRusso of the Eastern District. In the words of FDNY Assistant Chief Fire Marshal Richard F. McCahey, FM Santangelo is to be commended for his enduring enthusiasm and excellent investigative talents in bringing to a successful completion a long-term and complex case. His exploits reflect great credit on the Bureau of Fire Investigation and the FDNY and serve as a warning to arson-for-profiteers that we have meant business for 150 years. Fire Marshal Bernard J. Santangelo is recognized today and presented with the Commissioner Martin Scott Medal.--JM http://www.nyc.gov/html/fdny/html/medal_day/2004/medals/martin_scott_medal.shtml
|
|
|
|
|