רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב.
פין וואס פאר שיפלאד רעדסטו?
לא עליכם
איך זעה נישט ווי די זעהסט דא אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, אין אפי' יא
דאס אז הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש זאגט אז ע''פ הלכה זענען נישט קיין קיין מוסרים קענסטו נישט אפווענדן מיט רויטע אותיות
נאכדערצו אז ענק זענען אליינס מודה אז ר' יצחק האט אים אנפאנג ארויסגעשיקט פין ביהמ''ד אין נאכדעם האט מען צירוקגעלאזט אין היינט איז ער צירוק אין ביהמ''ד
איך בין נישט קיין דיין, קענסט זיך מיט מיך נישט מתווכח זיין, איך וואלט דארט מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים נאכמאל פראבירן אויפצווייזן, ווייל לפי ידעתי ''קען ר' יצחק יא ליינען ענגליש''
אין לפי ידעתי זאגט ער אז דערווייל האבען די אלע פאפירן נישט געטוישט די הלכה
די ס''ה איז אז ביי די זאלי'ס וועלן אזעלכע ווי י' ד' ה' אער י' וו' וכו' גאר פין זייערע אנשים מכובדים
אין זיי מאכען גאר אפ וועט עס האט א דין מסור לויט קעסטנבוים'ס כח התורא
נשלח ב-21/9/2011 19:14
שלמהווייס כתב:
ווי איך פארשטיי איז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א נישט דער עקספערט אין ליינען קארט פאפירן, צו דעם דארף מען דאך נישט זיין א גרויסע תלמיד חכם
ווי שוין געשריבן ר' יצחק פארשטייט פיין די פאפירן
אז די רעדסט שוין פין ליינען קארט פאפירן מיט מסירה
די דערמאנסט מיך א מעשה
ווען הרה''ח ר' עזריאל יודא כ''ץ איז געגאנגען ווייזן פאר הרב זלמן לייב פילאף די קארט פאפירן פין די מסירות וואס די זאלי ראשי קהילה האבען אליין אינטערגעשריבן קעגן אים מיט פעדעראלע קלאגעס אין מסירות בלויז אים צו קענען ארויסווארפן איבערנאכט פין די מקוה טהרה (פין וואס ער איז ב''ה גענצליך ארויס פריי) פארוואס ער האט לאנגע יארען געארבעט מיט געטריי אויף א זעלטנע פארנעם ווי די זבל''א האט שפעטער אויפגעוויזן אין זייער איבערזיכט
האט פילאפ גענטפרט אז ער קען נישט ליינען קיין קארט פאפירן.......אין ער קען זיך נישט מישן
האט אים איינער געפרעגט אויב אזוי פארוואס פארפירסטו אויף אלע קארטס פין די ארונים????
נשלח ב-21/9/2011 20:58
HERE WE GO AGAIN, מען האט שוין די סוגי' פון די שלעזינגער פרשה דורך געדראשן אויף די שפאלטן פון עטליכע פורומס, און איך גיי נישט נאכאמאל איבערקייען זאכן וואס ווער עס וויל וויסן דעם אמת האט געזען באשיינפערלעך אז אין כאן שום שמץ של מסירה, הפלא ופלא, איך געדענק ווען דער נייטרא רב איז געווען א צדיק וקדוש, ווייסט איר פארוואס? ווייל ער האט פארבאטן פאר ר' אביגדור שלעזינגער צו דאווענען אין נייטרא בית המדרש, מען האט עם גערוהמט עד לב השמים, ער איז געווארן דעם סימבאל פון א מסירת נפש רב וואס וועט נישט נושא פנים זיין פאר קיינעם וכו' וכו', און פלוצים טראך! ער איז אויף איינמאל געווארן א איש מושחת א נידעריגער פערשוין, וואס איז געשען? וועל איך אייך זאגן, דער זעלבער נייטרא רב וואס האט נישט נושא פנים געווען פאר אביגדור שלעזינגער און ווען ער האט געהערט פון משה אהרן און אליעזר קעסטענבוים אז די שלעזינגערס האבן געמסרט זייער פעטער, אזר כגיבור חלציו, און אן קיין נשיאת פנים האט ער ארויס געטראסקעט דעם אביגדור שלעזינגער פון זייער בית המדרש, דעם אנדערן טאג איז אביגדור אריין צום נייטרא דיין מיט די אריבער 1000 טרענסקריפט פאפירן פון קארט און דאס אראפ געלייגט אויפן טיש און געזאגט אדרבה, זאל דער רב ווייזן ווי מיר האבן געמסרט, אפאר טאג שפעטער נאכן איבערליינען אלע פאפירן וואס אגב -איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,
לאמיר געבן א שטיקל קורצער איבערבליק אין די גאנצע פרשה, איך וועל דאס מאכן זייער בקיצור, אן אריין גיין איבערקייען נאכאמאל אלע פרטים, ווייל ביי די וואס מסרן און איינזעצן בחורים פאר עפעס א קרוין, מסרן און איינזעצן 26 בחורים ואברכים בעצם השבת איז נישט קיין שום עבירה, די וועלן קיינמאל נישט אנזען דעם אמת, און דער המון עם וואס וויל באמת וויסן דעם אמת האבן שוין געזען פונקטליך און יעדער ווייסט שוין, אבער עם כל זה בקיצור נמרץ.
ס'איז א דבר ידוע אז נפתלי שלעזינגער מיט זיין ברודער ר' יצחק ז''ל זענען געווען שותפים, זיי האבן געהאט עטליכע ביזנעסעס, קודם א גרויסע ניטינג פעקטארי און שפעטער א דזשאלערי פאבריק, (ווי נפתלי האט מיאוס באגנבעט ר' חא''וו ז''ל, אבער דאס איז א פרשה בפני עצמה), אויך איז ידוע לכל אז נפתלי האט קיינמאל נישט גיט געלעבט מיט יצחק'ס משפחה, ער איז פשוט געווען דזשעלאס וואס פאר א שטוב ר' יצחק האט און וואס ער פארמאגט, למעשה ווען ר' יצחק איז ל''ע נישט געזונט געווארן, איז פאר דעם נפתלי פינסטער געווארן פאר די אויגן, וואס וועט זיין ווען יצחק וועט אוועק פון די וועלט וועט ער פלוצליג נישט וועלענדיג ווערן א שותף מיט זיינע שונאים, יצחק'ס ווייב אין קינדער, האט ער באשלאסן אז מען גייט קער נעמען דערפון, מען האט געטוישט קארפארעשאנס, ווי נפתלי איז געווארן דער אויסשליסלעכער בעל הבית, פלעין אין פשוט ער האט געדאמפט דעם קראנקן שותף ר' יצחק און צו געגנבעט דאס גאנצע פארמעגן פון ר' יצחק, והבערה ללהב יוצאת, ר' יצחק האט קראנקערהייט אנגעהויבן צו פארפירן און בשכר זה האט נפתלי אפגעשטעלט דעם מעידזשער מעדיקל פאליסי פאר ר' יצחק, און עם געלאזט אזוי קראנקערהייט אן קיין קאווערעדזש, יצחק האט געוויינט פאר זיינע ידידים אין ראדני, פאר ר' בנימין הירש, ר' אברהם מאיר רייך, וואס האבן זייער שווער געארבייט אז ס'זאל ווערן א שלום אבער נפתלי האט זיך נישט געלאזט, (יא, היינט צוטאג נעמען זיך די אויבן דערמאנטע זאליס אן פאר נפתלי, ווייסט איר פארוואס? ווייל יצחק לעבט שוין נישט, די קינדער זענען אהרונים, איז א כפרה מיט די אהרונים, אבער מיר געדענקען נאך זייער גיט ווען זיי האבן צוזאם געשאלטן דעם גנב ואכזר נפתלי),
ס'איז איבעריג צוזאגן אז די רעאקציע פון ר' יצחק'ס משפחה איז געווען מיט אויפברויז, מען האט זיך געשלאגן אויפן לעגאלן פראנט ווי אויך פיזיש, נפתלי האט געשריגן אז יצחק איז קיינמאל קיין שותף נישט געווען, ער איז בסך הכל געווען א ארבייטער, ביני לביני איז געווען א אינשארענס קלעים ווי נפתלי האט געוואלט קלעימען געלט פון א פייער, (און זעלבסט פארשטענדליך נאר פאר זיך ווייל יצחק איז דאך נאר א ארבייטער...) האבן די קינדער מחליט געווען אז מען וועט זיך נישט לאזן, זיי האבן געזאגט פאר די אינשארענס קאמפאני, אז עס איז איז דא אגרויסער חשד אז דער פייער איז נישט געווען קיין עקסידענט ווייל זיי האבן געהערט עפעס סטעיטמענטס וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז נפתלי האט געוויסט און געהאט א שייכות צו דעם פייער, ווי שטארק די אינשארענס קאמפאני און שפעטער דער פייער מארשאל האבן פראבירט ארויס צו באקומען עפעס ערענסטערע סטעיטמענט אדער גאר ערענסטערע עווידענטס אז נפתלי האט געהאט א דירעקטן שייכות מיטן פייער האבן זיי נישט סוקסידעט, זיי האבן נאר איבערגעגעבו א מילתא דמשתמע לתרי אנפי, ווער עס האט מיט געהאלטן דעם טרייעל -ווי דער שרייבער פון די שורות וואס האט מיט געהאלטן מהחל עד כלה-, האט געהערט זייער קלאר ווי מען האט פראבירט ארויס צו שלעפן פון זיי עפעס ערענסטערע דעמעדזשינג סטעיטמענט און זיי האבן נישט מצליח געווען, האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!.
אויב איז דעמעדזשינג סטעיטמענט א מסירה, האבן מיר באלד א דאזן מוסרים, אי''וו וואס האט געגעבן זייער דעמעדזשינג טעסטעמאני, הרב גליקמאן מיט זיין רעבעצין, ברוין פון סי געיט, זיינע אקאונטענטס, ועוד ועוד, לית מאן דפליג אז נפתלי שלעזינגער האט פראבירט זייער שטארק אנצולייגן זיינע שייגץ שטיק אויף משפחת יצחק שלעזינגער, ער האט זיי בגזלט און בארויבט, ער האט מקצר ימים געווען פאר זיין ברודער יצחק, און די קינדער האבן נאר פרובירט צו ראטעווען זייער פארמעגן ווי זיי האבן געקענט, און יעצט אז ער האט נעבעך באקומען אזא הארבן אורטייל פון 15 יאר איז ער געווארן א רחמנות, און מען פילט גיט אז מען באשולדיגט די נעפיוס.
מען האט זיך איינגערעדט אז מען וועט איבער רעדן ר' יא''ש זאל צוריק צוען פון זיין עדותשאפט וועט דאס עפעס אויסמאכן, און דער יא''ש האט מסכים געווען, און האט זיך כמעט אריין געלייגט אין א מיאוס פעקל פון זיך סותר זיין אינטער OATH (שבועה) וואס האט זיך געקענט ענדיגן מיט עם באשטראפט צו ווערן מיט תפיסה, דער ריכטער זעהנדיג וואס עס גייט פאר האט נישט געלאזט ווייטער פירן דעם סירקוס און האט ארויס געגעבן א געשריבענעם פסק אז ס'איז אומזיסט זייער פלאג, אז אפילו אלע עדות'שאפט פון אלע נעפיוס וועט ארויסגענומען ווערן וועט דאס נישט משנה זיין כי הוא זה נישט, ס'איז זייער קלאר אז זיי האבן עם נישט געמסרט, און לכאורה נישט קיין סאך געהאלפן פארן פראסעקיוטער,
וואס איז יא געווען דעמעדזשינג: אויסער די טעסטימאני פון נפתליס שוועסטער און שוואגער גליקמאן, און פון זיין אקקאונטענט, פון זיינע ארבייטער, איז געווען דער פאקט אז ער איז געווען א חצוף מחוצף פארן ריכטער, ער איז געווען א חי' רעה כלפי דעם פייער מארשאל עם אראפ געווארפן א פלייט אויף סטעפס מיט א רציחה שאין כמוהו, ער האט דריי מאל קאלעקטעד גרויסע סכומים אינשארענס געלטער פאר פייערס און אלע דריי מאל האט ער געניצט די זעלבע בילדער צו ווייזן דעם שאדן, (די בילדער האבן נישט די נעפיוס געגעבן פארן פראסעקיוטער נאר די אינשארענס קאמפאניס), אלזא זאלישלעך זיסע, יאשקע מסור איז נישט קיין מסור, אביש וויינבערגער איז נישט קיין מסור, י''פ איז נישט קיין מסור, זלמן לייב וואלדמאן/יאנקל ברוך טירנוער און מאיר דייטש זענען נישט קיין מוסרים, וואלי פריעדמאן מיט די 9 שותפים הולכי לערכאות זענען נישט קיין מוסרים, די נעפיוס וואס האבן נאר פרובירט צו ראטעווען זייער פארמעגן זיי זענען די מוסרים. עולם הפוך ראיתי.
נשלח ב-21/9/2011 22:01
היראים כתב:
לא עליכם
איך זעה נישט ווי די זעהסט דא אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, אין אפי' יא
דאס אז הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש זאגט אז ע''פ הלכה זענען נישט קיין קיין מוסרים קענסטו נישט אפווענדן מיט רויטע אותיות
נאכדערצו אז ענק זענען אליינס מודה אז ר' יצחק האט אים אנפאנג ארויסגעשיקט פין ביהמ''ד אין נאכדעם האט מען צירוקגעלאזט אין היינט איז ער צירוק אין ביהמ''ד
איך בין נישט קיין דיין, קענסט זיך מיט מיך נישט מתווכח זיין, איך וואלט דארט מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים נאכמאל פראבירן אויפצווייזן, ווייל לפי ידעתי ''קען ר' יצחק יא ליינען ענגליש''
אין לפי ידעתי זאגט ער אז דערווייל האבען די אלע פאפירן נישט געטוישט די הלכה
אויב די זעסט נישט אין די פאפירן אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, וואלט איך דיר מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים בעטן ער זאל עס דיר איבערזעצן אויף אידיש, ער קען דאך גיט ליינען ענגליש,
אבער ראס וואס די זאגסט "אין אפי' יא" "איך בין נישט קיין דיין", אויף צו טוישן די הלכה, קענסטו פונקט ווי הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש און ווי יחזקאל גאלד, מען דארף דערפאר נישט זיין קיין דיין,
ווי באלט אין די אויגן פון מענשען ווערט דאס באטראכט ווי מסירה, דארפן זיי געבן בכתב פאר וואס "ע''פ הלכה" איז דא נישט קיין מסירה, אדער פאר וואס דא איז מותר מסירה
נשלח ב-21/9/2011 22:07
כ'געדענק אז אין יענע צייט איז ארויסגעקומען קונטרסים פון ביידע צדדים.
איינער קען דאס אפשר ארויפשטעלן?
נשלח ב-22/9/2011 00:25
אזוי, א פסק הלכה פון הייליגן מהר''ש ווייס, דער נייטרא רב דארף זאגן פארוואס ס'איז נישט קיין מסירה, אפשר דארפסטו זאגן פארוואס עס איז יא מסירה?, דער שארמאשער דארף נישט זאגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז חמץ ממש, דער דיין פריעדמאן דארף נישט זאגן פארוואס זינטיג איז דער סקול דיסטריקט מותר, מאנטיג אסור, דינסטיג מצוה מן המובחר, מיטוואך יהרג ואל יעבור, דאנערשטיג חוב קדוש, פרייטיג איסור כרת, דער דיין פיליפ דארף נישט זאגן פארוואס טראגן מיט א כשרער עירוב (לויטן פסק פון מאנכע גדולי ישראל) איז מחללי' מות יומת, אבער דער נייטרא דיין דארף זאגן פאר שלמהלע ווייס פארוואס זיי זענען נישט קיין מוסרים, דאס איז זאלי קאפ!, כעזקעלע גליק שרייט אז ווייל 60יאר צוריק האט דער רבי זיכרונעבראחע געזאגט אז אויב וועט כעזקעלע כשר מאכן די טשיקן וועט ער זיין זייער צופרידן, על כן איז דער בית החיים זיינס, און איך דארף זאגן פארוואס כעזקעלע איז א פערדס קאפ אין רעדט נישט צו דערזאך, הא?.טיפיקל זאלי!!!
נשלח ב-22/9/2011 01:16
משהלע כתב:
אזוי, א פסק הלכה פון הייליגן מהר''ש ווייס, דער נייטרא רב דארף זאגן פארוואס ס'איז נישט קיין מסירה, אפשר דארפסטו זאגן פארוואס עס איז יא מסירה?, דער שארמאשער דארף נישט זאגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז חמץ ממש, דער דיין פריעדמאן דארף נישט זאגן פארוואס זינטיג איז דער סקול דיסטריקט מותר, מאנטיג אסור, דינסטיג מצוה מן המובחר, מיטוואך יהרג ואל יעבור, דאנערשטיג חוב קדוש, פרייטיג איסור כרת, דער דיין פיליפ דארף נישט זאגן פארוואס טראגן מיט א כשרער עירוב (לויטן פסק פון מאנכע גדולי ישראל) איז מחללי' מות יומת, אבער דער נייטרא דיין דארף זאגן פאר שלמהלע ווייס פארוואס זיי זענען נישט קיין מוסרים, דאס איז זאלי קאפ!, כעזקעלע גליק שרייט אז ווייל 60יאר צוריק האט דער רבי זיכרונעבראחע געזאגט אז אויב וועט כעזקעלע כשר מאכן די טשיקן וועט ער זיין זייער צופרידן, על כן איז דער בית החיים זיינס, און איך דארף זאגן פארוואס כעזקעלע איז א פערדס קאפ אין רעדט נישט צו דערזאך, הא?.טיפיקל זאלי!!!
משהלע,
ווער זאגט אז זיי זענען פטור פון צו זאגן "פארוואס", אויב האסטו אזוי פארשטאנען פון מיר, איז עס א גרויסע טעות, עס איז נישט קיין חילוק צו א גרויסע דיין אדער א קליינע דיין, פון איין פארטיי צו א צווייטע פארטיי,
מיר האבן איין תורה,
אדרבה, אויף די בני יואל'ער און זאלי'ס, איז שטארקער די קשיא, זיי זענען דאך פארנומען א גאנצע טאג מיט יענעמס עבירות
נשלח ב-22/9/2011 03:35
די היסטארי פון דיינע תגובות ווייזט קלאר אז דו ביסט בכלל נישט קיין נער, אנדערשט ווי רוב זאליס וואס זייער תגובות זענען מלא טיפשות און שנאה צוזאמען געפלאכטן, זענען דיינע תגובות בלויז מיט שנאה, על כן לאז מיך דיר מסביר זיין דעם חילוק, און האפענדליך וועסט זיין בכוח אוועק צולייגן דיין שנאה און מיט א אפענע מיינד פארשטיין דעם דיפערענץ,
קודם איז זייער פשוט אז א רב האט נישט קיין שום פליכט מסביר צו זיין פארוואס א יחיד אדער יחידים זענען "נישט" קיין מוסרים, אדרבה אויף צוזאגן אז מען איז "יא" א מסור ליגגט א אבליגעישאן מסביר צו זיין פארוואס, ובפרט אז בנידן דידן איז קיין שום רב אדער דיין נישט ארויס געקומען מיט א פסק אז זיי זענען "יא" מוסרים, העט א דיין אדער רב יא ארויס געקומען מיט אזא פסק, וואלט געוויס געליגען א פליכט אויף דעם דאזיגן רב/דיין צו זאגן פארוואס זיי זענען "יא" מוסרים, און דאן וואלט דער נייטרא רב געקענט אנעמען זיין חוות דעת אדער מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק אויף עהם, והדבר פשוט מאוד,
ווידער ביי די אוסרים את כל הקדוש ביי די אהרונים, אנגעהויבן פונעם מוסד הקדוש שערי חמלה, די שחיטה המהודרת אין קרית יואל, די מצות המהודרים פון חיטי אריזאנא, וכו' וכו', איז זייער פשוט אז אויב ווילסטו אסר'ן ליגט אויף דיר א פליכט צו זאגן פונקטליך פארוואס עס איז אסור, ס'איז נישט קיין גזירת הכתוב, פונקט ווי דער דיין רבי געציל שליט''א איז ארויס געקומען מיט א איסור מסדר קידושין זיין אין דעם בני יואל האל שלא ברשות המרא דאתרא, האט ער פונקטליך געזאגט על סמך וואס ער אסר'ט דאס, נישט מיט קיין נארישע מלוחים מאוד תירוצים, אדער אנדערע שקרים, ווי אז דער סקול דיסטריקט איז ממש ביהרג ואל יעבור, פרעגט זיך א פראגע פון דעם שארמאשער צדיק, ווען איז דאס מותר און א חוב קדוש? און ווען איז עס אסור בתכלית האיסור ביהרג ואל יעבור?, ווען יאשקע מסור אדער מענדל שווימער לויפט מעג מען און מען דארף גיין שטומען, און ווען די בני יואל האלטן שוין לאחר היאוש און קענען אפילו נישט ארויס לייגן קיין קאנדידאט, דאן ווערט דאס אסור ביהרג ואל יעבור, דאס דארף יא א הסבר, ווען די בני יואל גייען אין קארט הייסט דאס בלויז ראטעווען נכסים און נישט חלילה קיין הליכה לערכאות, ווען די אהרונים גייען (אפילו מיט א היתר בית דין) איז דאס א שרעקליכע הרמת יד בתורה משה, דאס דארף יא א הסבר, ווען דו מאכסט אן עירוב אויף ראדני און אויף בעדפארד עוועניו איז דאס כשר וישר, און ווען רבי פישל הערשקאוויטש מיטן אודווארי רב מאכן א עירוב איז דאס מחללי' מות יומת, שבת חול המועד סוכות און שבת בראשית מעג מען יא מאכן א עירוב אויף בעדפארד עוועניו, און ס'איז נישט קיין רשות הרבים דאורייתא,אבער פרשת נח, לך און וירא איז אויב מאכט מען א עירוב איז מחללי' מות יומת, די פראגעס דעזערוון יא א ענטפער.
נשלח ב-22/9/2011 07:29
משהלע,
פארשטיי, איך האב זיך באצויגן אויף "היראים'ס" ווערטער, דייקא, צוליב דעם וואס ער זאגט"אין אפי' יא" כאילו א דיין איז העכער ווי די תורה,
דו ווייטער, לויפסט צווישן די טראפן, אז זיי זענען בכלל נישט קיין מוסרים, אין דעם נושא האב איך קיין חשק נישט געהאט אריין צו גיין, דאס איז דאך שוין מער א פאקט וואס עס פאדערט נישט קיין דיין,
ווידער וועגן רי רבנים פון די אנדערע פארטיי, קיק אין די אשכולות
דו מעגסט האבן א מיינונג אז זיי זענען יא מוסרים, ואני הקטן מעג האבן א מיינונג אז זיי זענען נישט קיין מוסרים, און עס האט טאקע נישט קיין שום זין ארום צו טענה'ן וועגן דעם נושא וואס איז למעשה נישט קיין נפקא מינה, ווי עס כאפט יא א נפקא מינה און דארט איז יא וויכטיג א חוות דעת פון א דיין איז לענין עם לאזן דאווענען אין א בית המדרש, ארויס ווארפן די קינדער פון מוסדות, געבן א עלי' וכד', איך האב מיט געהאלטן דעם קארט קעיס מהחל עד כלה, איך האב דורך געליינט אלע קארט פאפירן אינקלאדינג די טרענסקריפטן פון אלע טעסטימאניס, מיין דעת בעל הבית איז אז עס קומט נישט צו צו קיין מסירה, און איך האב געברענגט א ראי' לדברי, אז דער נייטרא רב שליט''א נאכן איבערקיקן די קארט פאפירן איז אויך ביי דעם מיינונג, ווידער דיין צד וואס האלט אז זיי זענען יא מוסרים, איר האט נישט קיין שום תורה'דיגע אוטוריטעיט וואס זאל שטיצן ענקער מיינונג, ליגט אויף אייך יא א פליכט פונקטליך מסביר צו זיין מיט וואס זיי זענען מוסרים, סתם אזוי מוציא שם רע זיין איז זייער הארב, ס'איז אזוי פשוט אז ס'איז איבעריג נאכאמאל איבער צוקייען נאכאמאל און נאכאמאל.
איך זעה נישט וואס די אטטעשט לינקס האט צוטון מיט אונזער נושא.
ראס אז די רבנים זענען נישט העכער פון די תורה, פארשטייסטו יא?
נשלח ב-22/9/2011 20:04
קיינער איז נישט העכער פון די תורה!, ווי זעסטו אז עמעצער טענה'ט פארקערט? איך הייב אן צוקלערן אז דו ביסט א אהרוני, ווייל דאס אז קיינער איז נישט העכער פון די תורה איז א אהרונישער סלאגן אדער פאליסי, די אהרונים טענה'ן אז אויב איז אריזאנא ווייץ מער מהודר על פי התורה קען מען דאס נישט אסערן מיט נארישע טענות און פילינגס, אויב איז דער עירוב כשר מן התורה קען מען נישט קומען מיט רעבעזיחרונעווראחע טענות אז העט דער רעבע געוואלט אן עירוב העט ער דאס געמאכט, דאס זעלבע מיט ערכאות, לית מאן דפליג אז די אהרונים פארלאנגען קלאר צו גיין צו דין תורה צו א בית המרוצה לשני הצדדים אדער צו זבל''א און די זאליס שרייען אז נאר דער מיטן שווארצן כאלאט וועט פסקענען, על פי התורה איז דער וואס גייט צו ערכאות א מרים יד בתורה משה, אויסער ווען איין צד איז א מסרב ללך לדין תורה זאגט דער שולחן ערוך קלאר אז דאן מעג דער צד השני תובע זיין לערכאות העכו''ם, דאס איז תורת משה און דאס איז העכער פון אלעם, ביי אונז איז די תורה דער פיינעל מורה דרך, און פיינעל פסק הלכה, מותר על פי התורה אדער אסור על פי התורה, נישט חלומות און נגיעות,
נשלח ב-23/9/2011 00:20
[quote] איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,[/quote]
זיסער משה'לע... האמיר דאך תיכף געזעהן אז דו האסט א גאר שטארקע אינטרעסטע צו פארענטפערן די הויכגעשעצטע מוסרים משפ' שלעזינגער (הנגידים והשתדלנים למען כלל ישראל ולמען קברי ישראל... נישטא ווער ס'זאל לאכן)
באמת האלט איך נישט ביים ווייטער זיך טענה'ען, ווייל יעדער וואס האט נאר אביסל אדורכגעטוהן דעם ענין, און האט 'נישט' קיין בלינדע אגענדע (צוליב סיבות כמובן ונגיעות וד"ל) זיי צו פארענטפערן, זעהט גלייך דעם אמת. יא! ליידער זענען זיי מוסרים, האבן זיך אויפגעשטעלט ביים סטענד און פאר'מסר'ט פריוויליג בלויז פאר נקמה דעם אייגענעם פעטער! ליידער ליידער [ואגב דארף דא ארויסגעברענגט ווערן דעם ווייטאג אז אין געוויסע קהילות לאזט מען זיי ווייטער בלייבן און דאווענען, ולא די און זענען גאר שיינע אידן. וכדי בזיון וקצף]
פארשטייט זיך ווען די רעדסט פון די עדות'שאפט פון נפתלי'ס שוועסטער און די אנדערע איינגעשטעלטע, מאכסטו מיר פשוט לאכן. זיי אלע זענען געווען געצווינגען מצד דעם געריכט צו קומען עדות זאגן!! אבער ווער איז געקומען אומגעצווינגען און פרייוויליג זענען געווען אונזערע אלעמען באקאנטע - און יא: 'די משפחת המוסרים מוסרים!', וואס פון זיי איז געקומען די דורכברוך אינעם קעיס כלשונם פון די פייער דעפארטמענט.
און וועגן ר' יצחק מאשקאוויטש האבן צענדליגער אידן, רבנים וגדולי תורה, פרובירט צו רעדן מיט איהם דערוועגן, און האט צו קיינעם נישט געוואלט רעדן דערוועגן, און ניטאמאל מסביר זיין טעמו ונימוקו, זאגאר אפי' פאר זיינע אייגענע איידעמער!. ר' יל"ש א חשובער איד און עסקן א חבר מיט ר' יצחק'ן נאך פון נייטרא האט פרובירט צו רעדן און פרעגן 'טייערער רב, איר זענט דאך מיר א גוטער חבר, פארוואס און אויף וואספארא סמך זאגט איר אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?" און ווען ר' יצחק האט איהם געזאגט בל"א און האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן, האט ער אפגעהאקט מיט איהם עד היום! וכהנה וכהנה. וכבר הקדמתי אז א רב איז נישט העכער פון די תורה אן צו מבסס זיין זיינע ווערטער בטעמא דמילתא, וזה פשוט ומובן לכל בר דעת. [ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן כ'שרייב נאר אויף שפיץ גאפל]
נו, איז דען א הו"א אז אזא רב איז באגלייבט און גענוג קאנפידענט צו זאגן און פסק'ענען אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?! איז דען זיין פסק עפעס ווערט?! כקליפת השום!
און וועגן די אלע פארברעכערייען וואס ר' נפתלי האט [מכלומר'שט] געטוהן, לו יצוייר אז דאס אלעס זאל נאר זיין אמת, איז דען א הו"א שבעולם אז ממילא איז דא א תירוץ צו מסר'ן אן אנדערן איד, און איהם איינזעצן אויףך 15 יאר תפיסה??!! ביזט פאר'נער'ט געווארן?!
און אינטרעסאנט: אז דו האסט יא אדורכגעליינט אלע קאורט פעיפער'ס, פארוואס האסטו אויסגעלאזט די פיהלע בריווען וואס אידן האבן אריינגעשיקט ווי זיי לייגן אראפ די געוואלדיגע הילף און גוט'ס וואס זיי האבן גענאסן פון ר' נפתלי'ן אין יעדע צייט, און ווי ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען צו העלפן אנדערע אידן אין צייט פון נויט. הא?
[quote]
האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!. [/quote]
חזר אליין איבער די דאזיגע שורה נאך אפאר צענדליג מאל, און דאן וועסטו אליין גלייבן אין וואס דו האסט געשריבן...
כאטשיק האב איך הנאה אז דו ביסט א 'מודה במקצת'!
און צום שלוס איז זינלאז זיך ווייטער צו טענה'ען איבער דעם ענין, ווען דו זיכסט נישט דעם 'אמת' אין די מעשה, ממילא וועל איך בל"נ דא בלייבן שטיין, ותן לחכם ויחכם עוד ווער ס'זיכט דעם אמת איבער דעם ביטערן פרשה, וואס מ'קען זאגן אז כזאת לא היתה אז אייגענע נעפיו'ס זאל במו ידם אליינס גיין פאר'מסר'ן דעם פעטער און אריינשליידערן אין טורמע אויף יארן לאנג! ה' ירחם!
און אויב ס'איז טאקע דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן בלויז געוואלט צופיקסן און נישט מסירה, ווי קומט דאס אז ווען מ'איז געשטאנען און געווארט אנגעצויגן מיט צאפלדיגע הערצער אויפן פסק פונעם ריכטער, און מ'האט געהאפט אז ער וועט ארויסגעבן א לייכטן אורטייל, איז געווען די שוועסטער די מכשיפה ש"ש און געשריבן א לאנגן און העצערישן בריוו פארן שופט אקעגן ר' נפתלי'ן מיט כלערליי ליגנט'ס און שקרים, שרייבנדיג אז ער איז א סכנה פאר די פרייהייט און זיין פלאץ איז אין תפיסה (מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגער איד לאויש"ט) דאס איז אויך נאר געווען בלויז פארן צופיקסן הא?