|
|
| נשלח ב-23/9/2011 02:40 |
|
| |
| לאעליכם כתב: |  | " איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,"
זיסער משה'לע... האמיר דאך תיכף געזעהן אז דו האסט א גאר שטארקע אינטרעסטע צו פארענטפערן די הויכגעשעצטע מוסרים משפ' שלעזינגער (הנגידים והשתדלנים למען כלל ישראל ולמען קברי ישראל... נישטא ווער ס'זאל לאכן)
באמת האלט איך נישט ביים ווייטער זיך טענה'ען, ווייל יעדער וואס האט נאר אביסל אדורכגעטוהן דעם ענין, און האט 'נישט' קיין בלינדע אגענדע (צוליב סיבות כמובן ונגיעות וד"ל) זיי צו פארענטפערן, זעהט גלייך דעם אמת. יא! ליידער זענען זיי מוסרים, האבן זיך אויפגעשטעלט ביים סטענד און פאר'מסר'ט פריוויליג בלויז פאר נקמה דעם אייגענעם פעטער! ליידער ליידער [ואגב דארף דא ארויסגעברענגט ווערן דעם ווייטאג אז אין געוויסע קהילות לאזט מען זיי ווייטער בלייבן און דאווענען, ולא די און זענען גאר שיינע אידן. וכדי בזיון וקצף]
פארשטייט זיך ווען די רעדסט פון די עדות'שאפט פון נפתלי'ס שוועסטער און די אנדערע איינגעשטעלטע, מאכסטו מיר פשוט לאכן. זיי אלע זענען געווען געצווינגען מצד דעם געריכט צו קומען עדות זאגן!! אבער ווער איז געקומען אומגעצווינגען און פרייוויליג זענען געווען אונזערע אלעמען באקאנטע - און יא: 'די משפחת המוסרים מוסרים!', וואס פון זיי איז געקומען די דורכברוך אינעם קעיס כלשונם פון די פייער דעפארטמענט
און וועגן ר' יצחק מאשקאוויטש האבן צענדליגער אידן, רבנים וגדולי תורה, פרובירט צו רעדן מיט איהם דערוועגן, און האט צו קיינעם נישט געוואלט רעדן דערוועגן, און ניטאמאל מסביר זיין טעמו ונימוקו, זאגאר אפי' פאר זיינע אייגענע איידעמער!. ר' יל"ש א חשובער איד און עסקן א חבר מיט ר' יצחק'ן נאך פון נייטרא האט פרובירט צו רעדן און פרעגן 'טייערער רב, איר זענט דאך מיר א גוטער חבר, פארוואס און אויף וואספארא סמך זאגט איר אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?" און ווען ר' יצחק האט איהם געזאגט בל"א און האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן, האט ער אפגעהאקט מיט איהם עד היום! וכהנה וכהנה. וכבר הקדמתי אז א רב איז נישט העכער פון די תורה אן צו מבסס זיין זיינע ווערטער בטעמא דמילתא, וזה פשוט ומובן לכל בר דעת. [ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן כ'שרייב נאר אויף שפיץ גאפל]
נו, איז דען א הו"א אז אזא רב איז באגלייבט און גענוג קאנפידענט צו זאגן און פסק'ענען אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?! איז דען זיין פסק עפעס ווערט?! כקליפת השום!
און וועגן די אלע פארברעכערייען וואס ר' נפתלי האט [מכלומר'שט] געטוהן, לו יצוייר אז דאס אלעס זאל נאר זיין אמת, איז דען א הו"א שבעולם אז ממילא איז דא א תירוץ צו מסר'ן אן אנדערן איד, און איהם איינזעצן אויףך 15 יאר תפיסה??!! ביזט פאר'נער'ט געווארן?!
און אינטרעסאנט: אז דו האסט יא אדורכגעליינט אלע קאורט פעיפער'ס, פארוואס האסטו אויסגעלאזט די פיהלע בריווען וואס אידן האבן אריינגעשיקט ווי זיי לייגן אראפ די געוואלדיגע הילף און גוט'ס וואס זיי האבן גענאסן פון ר' נפתלי'ן אין יעדע צייט, און ווי ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען צו העלפן אנדערע אידן אין צייט פון נויט. הא?
"האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!. "
חזר אליין איבער די דאזיגע שורה נאך אפאר צענדליג מאל, און דאן וועסטו אליין גלייבן אין וואס דו האסט געשריבן...
כאטשיק האב איך הנאה אז דו ביסט א 'מודה במקצת'!
און צום שלוס איז זינלאז זיך ווייטער צו טענה'ען איבער דעם ענין, ווען דו זיכסט נישט דעם 'אמת' אין די מעשה, ממילא וועל איך בל"נ דא בלייבן שטיין, ותן לחכם ויחכם עוד ווער ס'זיכט דעם אמת איבער דעם ביטערן פרשה, וואס מ'קען זאגן אז כזאת לא היתה אז אייגענע נעפיו'ס זאל במו ידם אליינס גיין פאר'מסר'ן דעם פעטער און אריינשליידערן אין טורמע אויף יארן לאנג! ה' ירחם!
און אויב ס'איז טאקע דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן בלויז געוואלט צופיקסן און נישט מסירה, ווי קומט דאס אז ווען מ'איז געשטאנען און געווארט אנגעצויגן מיט צאפלדיגע הערצער אויפן פסק פונעם ריכטער, און מ'האט געהאפט אז ער וועט ארויסגעבן א לייכטן אורטייל, איז געווען די שוועסטער די מכשיפה ש"ש און
געשריבן א לאנגן און העצערישן בריוו פארן שופט אקעגן ר' נפתלי'ן מיט כלערליי ליגנט'ס און שקרים, שרייבנדיג אז ער איז א סכנה פאר די פרייהייט און זיין פלאץ איז אין תפיסה (מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגער איד לאויש"ט) דאס איז אויך נאר געווען בלויז פארן צופיקסן הא?
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 03:26 |
|
| |
הייסט אזוי, לעיזער קעסטענבוים וואס איז דער פארבערצירער פון די מוסרים טיטול, האט נישט קיין שום אינטערעס ער מיינט נאר כולו לשם שמים, ס'האט בכלל נישט צוטון מיטן פאקט אז זיין גניבה איז נישט געלונגען, און אז ס'האט עהם שוין אפגעקאסט אריבער דריי מיליון דאלאר פאר לויערס, הע! ס'האט בכלל נישט צוטון מיט דעם, כולו לשם שמים, אבער דער נייטרא רב שליט''א וואס האט לכתחילה געגלייבט דעם גנב לעיזער אז זיי זענען מוסרים, און האט טאקע ארויס געווארפן ר' אביגדור שלעזינגער, ער איז כולו נגיעות, לא עליכם ולא עלינו האט א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אן קיין שום הוכחות, אן קיין שום מראה מקומות, אבער דער נייטרא רב שליט''א וואס האט געזאגט אז ער האט איבערגעליינט אלע פאפירן און זעט דארט נישט קיין שום שמץ מסירה, ער האט נישט קיין רעכט צו זיין מיינוג,
טיפיקל זאלי בלאפערס, אייך טיט אזוי וויי מסירה, ווי כעזקעלע גליק טיט וויי אז זיין ווייב איז געשטארבן, כעזקעלע האט יאמערלעך געוויינט און געבראטשעט ביי די לוי' פון זיין ווייב, ווילט איר וויסן וואס ס'האט עם וויי געטוהן?, נישט אז זיין אשת נעורים איז ל''ע נפטר געווארן, ניין! נישט פאר דעם האט ער געוויינט, געוויינט האט ער ווייל מען האט געגנבעט דעם בית החיים, מען האט געגנבעט כעזקעלעס בית החיים, כן הדבר הזה, ענק טיט דען וויי מסירה, עטץ שרייטס דען וועגן מסירה? האט איר א מוק געגעבן אקעגן יאנקל פעקעטע ווען ער האט "פרייוויליג" געמסרט די יאקאבאוויטשלעך? האט מען פון ענק געהערט א מוק ווען אביש וויינבערגער האט געהייסן פאר די פאליציי ארעסטירן 26 בחורים ואברכים חפים מפשע בעצם השבת קודש?, האט איר געגעבן א מוק ווען די זאליס האבן געמסרט אפאר בחורים פארן צוריק נעמען זייער אייגענעם קרוין וואס זיי האבן אליין געמאכט און מען האט זיי געהאלטן איינגעשפארט ביז אינמיטן יום טוב? האט איר מוחה געווען? ניין! ניין! און נאכאמאל ניין!!! פארוואס נישט? ווייל מסירה ביי די זאליס איז א חוב קדוש, א מצוה מן המובחר, און א זאלי מעג אלעס טון און ס'איז כשר וישר, אבער די שלעזינגערס זענען דאך אהרונים, און א אהרוני אפילו ער טיט גארנישט שלא כהלכה, איז א מסור, א הולך לערכאות, א אוכל חמץ בפסח, א עובד ע''ז מיט שערי חמלה, א אוכל נבילות וטריפות מיט עסן פון די שחיטה המהודרת פון קרית יואל,
אבער איך וועל אייך זאגן דערביטערטע זאליס, עס גייט אייך גארנישט העלפן, די שלעזינגערס זענען געשעצט ביי יעדן איינעם, אלע גדולי הרבנים שעצן זיי, קיינער ווארפט זיי נישט ארויס פון זייער בית המדרש, זיי טוהן שיינע שידוכים און איר קענט וויטער שעלטן און שפייען בלוט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 05:28 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | האט איר א מוק געגעבן אקעגן יאנקל פעקעטע ווען ער האט "פרייוויליג" געמסרט די יאקאבאוויטשלעך? |
|
עס איז וויכטיג צו וויסן, אז פון די אלע אויסגערעכנטע מוסרים איז "יאנקל פעקעטע" די ערגסטע מסר, ער איז א אנגייענדיגע מסר
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 21:27 |
|
| |
וואס ענטפערן די זאלי'ס ווען מען פרעגט זיי איבער די מסור יאנקל פעקעטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 22:09 |
|
| |
איך האב באקומען א קונטרס מיטן נאמען "דברי אמת וצדק" איבער די פרשה.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 25/09/2011 22:14:17
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2011 02:56 |
|
| |
וואס ענטפערן די זאליס וואס האבן אזוי שטארק געוואלט וויסן פארוואס די שלעזינגערס זענען נישט קיין מוסרים, האבן זיי אדורך געליינט די 72 זייטן מיט הוכחות ברורות, האט דאס געטוישט זייער מיינונג? מסתמא נישט! ווער געדענקט נישט ווי די זאליס האב געשריגן אז די אהרונים האבן נישט קיין רשות בית דין צו גיין אין ערכאות צו שטעלן א עיקול אויף די זאליס, און ווען מען האט געבעטן שאול פויערשטיין זאל זיך וועלן א נייטראלן רב וועם מען וועט ווייזן דעם היתר בית דין האט ער אנגעטראגן אז דער ווינער רב שליט''א זאל דאס זען און אויב זאגט ער אז ער האט טאקע געזען דעם היתר בית דין וועט ער זיין צופרידן, די רעסט איז היסטארי! דער ווינער רב האט באשטעטיגט אז ער האט טאקע געזען דעם היתר בית דין, אבער ביי די זאליס איז אלעס "געבליבן ביים אלטן" מען האט אנגעהויבן צו טרייבן ליצי ליצנות פון ווינער רב, און די אהרונים זענען נאך אלץ הולכי לערכאות בלי רשות בית דין, דאס זענען די זאליס!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2011 18:52 |
|
| |
האט עמעצער ערגעץ געזען דעם שלמה ווייס מיט זיינע זאלי חברים? ביי אונזער שלמה'לע איז שוין געווען א פאקט אז זיי זענען יא מוסרים, ער האט פלעין געטריבן ליצנות פון נייטרא רב'ס ענגליש... איך האב ערווארטעט א שטיקל ענטשולדיגונג, עס איז דאך פארט ערב ראש השנה אויף דער וועלט, אדער לכל הפחות אפ צו ווענדן די הוכחות ברורות פונעם קארט, און אין קול ואין עונה, זיי זענען נישט בנמצא, זעט אויס זיי זענען פארנומען תשובה צוטון.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2011 20:06 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | איך האב באקומען א קונטרס מיטן נאמען "דברי אמת וצדק" איבער די פרשה.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 25/09/2011 22:14:17 |
|
וואס טוט זיך מיט'ן זעלבסט רעספעקט "כבוד התורה", וואס איז דאס מפרסם זיין פאשקעווילן און דערמיט פארשעמען די אייגענע דיינים?
דא האט איר א בילד פונעם אהרונישן פאשקעוויל מיט א בילד פון ר' משה ראזענפעלד, ווי ער דרייט זיך אויף די גאסן נעבן א געריכט הויז.
אלה דייניך ישראל!

|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2011 00:34 |
|
| |
קען איינער מברר זיין צי דאס איז אמת?
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2917913&forum_id=21016
"נייטרא רב דאוונט נישט פארן עמוד וועגן מסור שלעזינגער
דעם יום טוב איז געווען לעבעדיג אין נייטרא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
שוין צוויי וואכן צוריק האט דער רב, הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א געשיקט א שליח צו אביגדור שלעזינגער, דער טרויעריג בארימטער מסור וועלכער האט אריינגעווארפן זיין פעטער אין תפיסה מיט די הילף פון זיין ברודער גרשון (יו דזשעי קעיר), אז אויב ער קומט אין ביהמ"ד ימים נוראים וועט ער נישט דאווענען פארן עמוד
ערב ראש השנה ווען דער מסור איז אנגעקומען אין שוהל האט דער רב געשיקט א אינגערמאן צו אים ער זאל ארויספיצן, דער מסור האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט און דער רב איז טאקע נישט צוגעגאנגען,
דעם ערשטן טאג ר"ה האט דער רב נאכאמאל געשיקט א שליח צו אים ביים ליינען אז ער זאל נישט קומען צו מוסף, פארשטייט זיך אליינס דער מחוצף איז ווייטער געקומען, פארן בלאזן שופר האט דער רב זיך נאכגעפרעגט צו ער איז דא און א אינגערמאן האט געענטפערט אז נישט, נאך שטילע שמונה עשרה איז דער רב ארויס אין ביה"כ און געזען אויפן וועג אז דער מסור איז יא אין ביהמ"ד, נאכן צוריקקומען האט זיך דער רב אראפגעזעצט אויפן פלאץ און געוואונקען אז ער גייט נישט צו, ביז דער מסור פארלאזט נישט דעם ביהמ"ד,
למעשה נאך א האלבע שעה! האט זיין זון (ר' שלמה ???) אים געוואונקען צו ער מעג צוגיין און דער רב האט געוויזן אז יא, דער זון איז טאקע צוגעגאנגען צו מוסף
וכמעשהו בראשנה די צווייטע טאג איז ער ווייטער געקומען און דער רב איז טאקע נישט צוגעגאנגען
לאמיר האפן דער מסור וועט תשובה טאן צום נייעם יאר און צוריקציען זיין שוידערליכע קלאגע"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2012 13:49 |
|
| |
| נשלח ב-29/1/2012 03:53 | |
|
|
שרעקעדיג! די פסק איז ארויסגעקומען אין די ריכטער האט געאורטיילט אז ער מיז מסר'ן און אז נישט גייט ער צוריק אריינגעשליידערט ווערן אין טורמע ה"י.
| | |
תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/01/2012 13:50:32
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2012 14:26 |
|
| |
http://www.jdn.co.il/news/158262
הרב משה אליעזר זיגלמן משתחרר מהכלאהערב (שני) פסק שופט בית המשפט לשחרר ממאסר את גבאי כ"ק האדמו"ר מספינקא – הרב משה אליעזר זיגלמן לאחר קרוב לשנה בה ריצה את עונשו. זאת לאחר שסירב לסייע לחוקרי ה-FBI ולא הסכים להלשין על חסידים שהיו מעורבים כביכול בהלבנת הון. מני שחר | 1:39 | כ״ז בכסלו תשע״ג  ברוך מתיר אסורים: הרב משה אליעזר זיגלמן ששימש כגבאי של כ"ק האדמו"ר מספינקא שוחרר היום מהכלא לאחר קרוב לשנה בה ריצה עונש מאסר בעקבות התעקשותו שלא להלשין על חסידים שהיו מעורבים כביכול בהלבנת הון. הערב (שני) נערך משפטו של הרב משה אליעזר זליגמן, לפני דקות ספורות קבע השופט כי ר' משה יוכל לחזור מחר לחיק משפחתו לאחר שריצה 9 חודשי מאסר. בשיחה עם JDN, בני המשפחה הודו לה' ולא פסקו מלהודות ולהלל על הנס שנעשה לאביהם דווקא בימים אלו, ימי החנוכה. מחר (שלישי) בשעות הצהריים, צפוי ר' משה לצאת מבית הכלא לעבר ביתו בבורו פארק שם צפויים להמתין לו כל משפחתו המורחבת. בשבוע שעבר אמר סנגורו של ר' משה אליעזר לתובע שבכוונתו להגיש ערעור נוסף בבית המשפט כדי לשחרר את ר' משה. התובע הפתיע בתשובתו כשאמר: "אתה לא צריך לערער, אני מודה שאין שום סיבה להחזיק אותו במעצר, הוא לא מדבר, למרות שחודש תשרי עבר וכן 3 חתונות של נכדיו ונראה ששום דבר לא יזיז אותו מכוונתו שלא לשתף פעולה עם החוקרים. גם אני חושב שמיותר להחזיק אותו במעצר". הסניגור המופתע הלך ביום שישי יחד עם התובע לשופט והם סיכמו על תנאי שחרורו. הערב כאמור פסק השופט שגזר עליו את עונש המאסר שהוא רשאי לחזור לביתו. יום השחרור יוצא יום שלישי – יום שנכפל בו כי טוב. הבשורה המשמחת התקבלה ממש בזמן בו הדליקו נר שלישי של חנוכה, וניכרת התרגשות גדולה לקראת השיחרור הצפוי מחר.
 |
|
|
|
|
|