אנקעטע: וועט ח"ו זיין א טעראר אטאקע סעפטעמבער עלעווען?
מייק בלומבערג און פאליציי קאמישאנער רעי קעלי האבן היינט ביי א פרעסע אויפטריט געמאלדן איבער א ריזיקע וועגן א פרישע טעראר אטאקע די קומענדיגע טעג דורך על קאידא אין די צייט ווען די אלוועלטליכע וועלט און אמעריקע בפרט וועט אפצייכענען צעהן יאר זינט די שוידערליכע טעראר אטאקעס ווען בארבארישע טעראריסטן האבן בשליחות פונעם טרויעריג בארימטע שוין היינט טויטע שין דלת אסאמא בין לאדין אריינגעפירט עטליכע עראפלאנען אין ריזן געביידעס אומברענגענדיג נאנט צו דריי טויזענט מענטשן. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס ווערט ארויסגעגעבן א ווארענונג איבער א בעפארשטייענדע טעראר אטאקע אבער יעצט ווען עס ווערט אפגעצייכנט די סימבאלישע נומער #10, האט מען מער מורא אז דאסמאל איז עס שוין גארנישט קיין דזשאוק. יעדער ווערט טאקע אויפגעפאדערט אויסצופאלגן די ווערטער וואס איז איינגעקריצט ביי יעדן קינד IF YOU SEE SOMETHING SAY SOMETHING.
אזוי אויך וואלט איך געוואלט דורכפירן א אנקעטע ווער עס האלט אז עס וועט גארנישט פארקומען.
|
|