בית פורומים כל העולם כולו

אויספארשונג איבער DEED TRANSFER, פראוד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2011 20:20 לינק ישיר 
אויספארשונג איבער DEED TRANSFER, פראוד

עס גייען אן גרויסע אויספארשונגען איבער די פראוד פון די פאלשע דיעד טרענספערס וואס די זאליס און ארונים האבן געטאן די לעצטע פאר וואכן.

קודם די פאקטן:

1) אין אנהייב פון ענגלישן מאנאט אוגוסט 2011, האט שאול פערלשטיין איבערגעשריבן אלע געביידעס פון "קהל יטב לב דסאטמאר" אויף א טראסט פון שאול פערלשטיין.

אין די דיעד טרענספער איז געשטאנען עטליכע תנאים, אז מ'קען נישט איבערשרייבן די בילידנגס פון די פערלשטיין טראסט, אן די שריפטליכע ערלויבעניש פון זייער ראביניקל בית דין:

ר' מנשה פריעדמאן
רז"ל פיליפ
רש"ל וויינבערגער
רח"ד כ"ץ

2) עטליכע טעג דערויף האבן די פערלשטיין ווייטער אוועקגעפירט די דידעס פון אלע געביידעס צו אן אנדערע טראסט פון יואלי שטערן, וועלכער איז יעצט געווארן א מולטי מיליאנער איבערנאכט, מיט די זעלבע תנאים.

3) בערך 3 וואכן שפעטער, דעם ערשטן ספעטמער 2011, האבן די ארונים איבערגעשריבן אלע געביידעס פון די טראסט, צו קהל יטב לב דסאטמאר.

4) איין טאג דערויף, דעם 2טן סעפטעמבער האבן די ארונים פריש איבערשריבן אלע געביידעס פון קהל יטב לב, צו צענטראל קהל יטב לב 163 ראדני.

ביז אהער פון די פאקטן:

יעצט הייבט זיך אן די גרויסע אויספארשונגען:

1) וויאזוי האבן די ארונים געקענט איבערשרייבן די געביידעס אנעם מקיים זיין דעם קלארן תנאי, אז מ'מוז האבן די אונטערשריפטן פון די גאנצע זאלי בית דין.

2) די רעגירונג וויל פארשטיין וויאזוי איז מעגליך געווען פאר די ארונים איבערצושרייבן פון א טראסט. יעקב בער האט דאך קלאר געשוואוירן אז פון א טראסט קען מען נישט איבערשרייבן. יעצט וויל מען געוואויר ווערן צי די ארונים האבן נישט פארשאפט די אונטערשריפטן פון ר' מנשה.

3) ר' מנשה'ס קינדער זאגן אז זייער טאטע האט נישט אונטערגעשריבן פאר קיינעם. אפילו פאר די פערלשטיין טראסט אויך נישט.
ביי די זאליס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז דעם דיינ'ס קינדער זאגן פשוט ליגענט, ווייל וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן אן זיין צושטימונג.

די דילעמא ווערט גרעסער פון מינוט צו מינוט און דערווייל האבן די זאליס געמוזט שנעל ארויסנעמען א פערמיט פאר זייער סוכה... אויף ווילסאן סטריט גאס !


פשיהא !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2011 22:53 לינק ישיר 

חיים יאסל נידערמאן האט עס קודם איבער געשריבן פאר די זאלי'ס


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/09/2011 00:46:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2011 00:12 לינק ישיר 

דאס זענען די טרייסט פון די זאליס, וואס מען קען זיי פארקויפען לאקשען.

אבאמא האט געמאלדן אז ער קומט דעם זינטאג צופליען קיין ניו יארק, צוזאמען מיט אלע אלטע פרעזידענטען בוש קארטער קלינטאן, ווי אויך קומט צופליען די הויפט פון די FBI און די הויפט פון די CIA ווי זיי גייען אויספארשען די פראד פון די דיד טרענספאר 

ווי עס הייסט נעמט אבאמא אויך מיט די בריוו וואס די בני יואל בראשות פונעם מישמאשער האבן אים געשריבען אז ער זאל שוין עפענען די קרעטשמע אין קרית יואל, און זייט דעמאלס האלט ער עס אין טאש ביי זאך, און איצט גייט ער אליינס קומען קין קרית יואל און עס עפענען, דער געלער בדחן האט אנגעגרייט א דרשה לכבודו, עזריאל גליק האלט אין מיטען באקן א רבי זי"ע מעשה איבער אבאמא, מיידעלך שטערן וועט קעיר נעמען פון הרבנית הצדיקת אבאמא תחי'..

בלומבערג האט געמאלדען אז די איבערדרייעניש איבער די טעראריסטען וואס ער האט געמאלדען, איז געווען א טעות מען האט עס פארמישט מיט צענדליגער בילדונגס וואס זענען די לעצטע ווואכן ארום געפלויגען פון איין דיד צום צווייטען, און מען האט מורא געהאט אז על קאידא האט עס געמאכט.... 

ווי עס הייסט יעצט גייט מען ארעסטירען שמואל דוד מארקאוויטש יוסף ווייס יצחק ראזענבערג בערל פריעדמאן, בקיצור אלע אהרונים גייט מען ארעסטירען...

שאול פערלשטיין האט געמאלדן אז אלעס בלייבט ביים אלטן....

אבער דער חכם שלום דייטש זאגט אז ער לאכט פון אלעמען, און גייט נאכמאל ווייזן די בת היענה שפיל, און גייט ווייזן פאר די אהרונים אז ער האט יא געווינען, און גייט אויפשטעלן די סוכה אויף די ווילסאן גאס דריי פיס נאנט צום ביהמ"ד החדש, אזוי וועלן אלע זאליס מיינען אז די סוכה איז גאר אינעם נייעם שול...

שמשון גאלד זאגט אבער אז ער שמעקט נאך די פייער אינעם נייעם שול, און ער האלט זיין נאז פארשטאפט זיי די פייער, און וועגן דעם איז די סוכה נישט אינעם נייעם שול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2011 00:15 לינק ישיר 

האנדא, ח.י.נ. קומט בכלל נישט אריין אינעם איצטיגן בילד. בסך הכל איז ער געווען א שיק-אינגל ביים פאריגן דורכגעפאלענעם לאנג איילענד טרענספער. און ארייצושמירן דא א פריוואטע משפחה סכסוך איז א עוולה לדעתי הענייה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2011 21:38 לינק ישיר 

ווער איז דזשאסעף נידערמאן?
איז ער נישט דער חיים יוסל נידערמאן פון וועמען מ'רעדט דא.

אין דעם דאקומענט וואס נידערמאן האט געפיילט אום אוגוסט 2011 למספ', זעט מען קלאר אז נידערמאן האט פראטאקלירט די דיעד טרענספערס צו עפעס א טראסט.




אלזא איז עס דאס צווייטע אדער דריטע מאל וואס חיים יוסל נידערמאן טוט און אלעמאל פאלט ער דורך.

פשיהא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויספארשונג איבער DEED TRANSFER, פראוד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext