| נשלח ב-13/9/2011 02:01 |
|
| |
נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי"
מוסד הק' נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי" דער הייליגער און ברייט-בארימטער מוסד נטרונא איז אין די טעג אריינגעשפרונגען אין א קאסטבארע אונטערנעמונג פון לופטערן טייערע ראדיא מעסעדזשעס אויף די גרעסטע מידיא נעטווארקס איבערן לאנד, אויפצוקלערן קבל עולם ומלואה אז מיר זענען יא געטרייע בירגער! וואס זענען מקיים דעם דרשו את שלום העיר, און נישט חלילה קיין פאררעטטער און מתגרים באומות. בייגעלייגט איז א לינק צו הערן די רעקלאמע וואס לויפט אין די טעג. דער נוסח פונעם רעקאלמע איז פראפאסינעל אויסגעארבעט געווארן דורך מומחים אויף דעם געביט, און איז באזירט אויף די עצת החכם הזקן – די ווערטער פון רבינו הקדוש זי"ע בעל דברי יואל, וואס ער האט געשריבען אינעם בריוו, פארן פרעזידענט פון מאראקא. ווי פארשטענדליך זענען די 'מינוטן' רעקלאמעס אויף די ראדיא סטאנציעס גאהר טייערע אין אזעלכע היציגע וואל סעזאנען, ובפרט יעצט ווען עס איז 90 סעקונדעס, און וועט אויך געהערט ווערן אן-ליין ביי די וועב-זייטעל פון WABC נייעס אגענטור וואס האט מיליאנער באזיכער טעגליך. אבער צו די זעלבע צייט טראגט דאס א דאפלטע ווערד, צוליב וואס די מעסעדזשעס וועלכע לויפן אינצווישן די אנדערע פאליטישע וואל פראגראמען וואס ווערן אויסגעהערט דורך א פילפאכיג גרעסערער ציפער פון צוהערער וואס זיצן צוגעשמידט, און ברענגט ווי פארשטענדליך א ברייטערן אפקלאנג און שטארקערן פארשפרייטונג פון די מעסעדזשעס. און נאך מער, יעצט מער ווי אלעמאל, זענען אויגען פון די נאציענאלע פרעססע געוואנדען צו די אידן פון ברוקלין, וואסערע מעסעדזש זיי שיקן פארן פרעזידענט, אין אנדערע ווערטער ווערט דאס באטראכט, ווי א רעפערענדום פון ארטאדאקסישע אידן אין ניו יארק סיטי, צי זיי זענען גענוג צופרידן פונעם פרעזידענט'ס געטריישאפט פאר איזראעיל, און צו אידן זענען גרייט איבער צו לאזען זייערע אייגענע פערציפן, [זייענדיג מייסטענס דעמעקראטיש געשטימט] צו דערלאנגען פארן פרעזידענט א פארציע. דבר בעיתו מה טוב- עס אייביג שווער אריינצורוקען דעת תורה הצרופה אין די מידיא, איינע פון די טעמים איז, ווייל די דשורנאליסטען זיכען דייקא "דברים העומדים על הפרק" ברענענדיגע אקטועלע נייעס, בפרט פון מענטשען הקרובים אל החלל, – אבער – ביי די היציגע ברוקלינער וואלן פארמעסט – זאגען אלע פובליק רילעישאן עקספערטן – האט דאס אלע כללי הפירסום, זייענדיג א ברוקלינער ארגענזאציע פון ארטאדאדאקסישע אידן – וואס אט דאס וויל מען יעצט הערן, ממילא איז דאס א גאלדענע געלעגנהייט, וואס לאו כל יומא מתרחש, אז עס זאל בעז"ה אויפגעכאפט ווערן ביי די פרעססע און האבן א מעכטיגען אפקלאנג, סיי די פרטיות'דיגער מעסעדזש איבער די וואלן, און סיי די כלליות'דיגער מעסעדזש, דעת תורה הצרופה וואס איז נוגע פאר די יו-ען אפשטימונג סעפטעמבער 20. אלזא טייערע אידן, יעצט רעדט מען אין אייער נאמען! יעצט וויל די פרעססע הערן וואס איר האט צוזאגען! נטרונא איז יעצט מפרסם וואס איר ווילט עס זאל געהערט ווערן, קאלט ביטע יעצט אריין מיט איייער באשטייערונג פון 550 לזכות פאר איין מינוט רעדיא – קאלט אריין די נטרונא קאמפיין נומער אויף: 718-887-9339 אגב, איז כדי אנצומערקען אז די מינוט'ן ראדיא קאסט אונז פיל מער ווי די אויבערדערמאנטע סכום, אבער מיר האבן יעצט פארשאפט א נדבן – וואס קומט אקעגן מיט די נויטיגע פאנדען, פאר יעדע מינוט – וואס ווערט פארשאפט- נעמט אין באטראכט, די מצוה איז יעצט א דאפעלטע, די חשובע נדבה, ווי אויך די גדול המעשה יותר מן העושה. -ברוך מקדש שמו ברבים – וזכות הרבים תלוי בכם!-
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 02:02 |
|
| |
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון די פלאנירטע עד-סקעדשול'ס אויף די WABC 770 סטאנציע:
|
Advertiser |
Air Date |
Air Time |
Spot |
Len |
Product |
Ln StartTime |
Ln EndTime |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/11/2011 |
4:48:30PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/11/2011 |
8:48:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/12/2011 |
12:18:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/12/2011 |
1:32:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/12/2011 |
2:32:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/13/2011 |
12:18:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
|
TRUE TORAH JEWS |
9/13/2011 |
1:32:00PM |
1 |
90 |
TRUE TORAH SEPTEMBER |
6:00:00AM |
12:00:00AM |
•♦•
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 02:02 |
|
| |
צו הערן און דאונלאודן
קידוש השם - עד וואס ווערט אין די טעג געליפטערט דורכ'ן מוסד הק' נטרונא
צו הערן און דאונלאודן דרוקט אויפן בילד אדער לינק

|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 02:03 |
|
| |
תוקן על ידי היראים ב- 13/09/2011 02:19:16
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 12:24 |
|
| |
ברוך המקדש שמו ברבים!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 16:28 |
|
| |
א כשר'ע חזיר פיסל
מ'דארף מתפלל זיין אז דער מוסד הידוע לשמצה "נטרונא" זאל בטול ווערן מכל כל אהן קיין שום אידישע פארלוסטען
תוקן על ידי tzvibp28 ב- 14/09/2011 16:30:43
הבלוג שלי
hirsheltzig.com
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 21:00 |
|
| |
| tzvibp28 כתב: |  | | מ'דארף מתפלל זיין אז דער מוסד הידוע "נטרונא" זאל בטול ווערן |
|
בביאת משיח צדקינו אמן.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 14/09/2011 21:01:23
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2011 22:23 |
|
| |
אל כבוד מו''ה רבי צבי המכונה tzvibp28
לאמיר זיך דערמאנען א מעשה וואס האט פאסירט, נאך בחיים חיותו פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע,
איך מיין אז עס איז געווען שנת תשל''א לפ''ק, וואס דאן האבן די רשעי עמינו, די ציוניסטישע משטרה, אויסער געווענדליך שטארק גערודפט און געפייניגט אחבנ''י יושבי ארצה''ק, מען האט יעדען טאג צושלאגען ברוטאליש און ארעסטירט,די בני ציון המסלאים בפז, מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, מיט וואס די ציוניסטישע פאליציי איז ברייט בארימט,
איז דאן ר' נתן יוסף ע''ה אריין געגאנגען צום רבי'ן זי''ע און פארגעשלאגען אז מען זאל מאכן א יום תענית ותפילה, להעביר רוע הגזירה,
דער רבי זי''ע האט זיך צושמייכעלט, און זיך אנגעריפן ''איך מיין אז עס וועט נישט באדערן פאר די ציוניסטישע רגירונג אז ערליכע יודן וועלן איין טאג נישט עסן''
האט ר' נתן יוסף געפרעגט, וואס קען מען טאן?
האט אים דער רבי זי''ע גענפערט אז די איינציגסטע זאך פון וואס די ציונים האבן נאך מורא איז אז מען איז מפרסם זייער געמיינע מעשים, פאר די גאנצע וועלט, ( אקאראט וואו דער מוסד הק' נוטרונא טיט) דאס איז די איינציגסטע זאך פון וואס זיי האבן נאך מורא,
דעריבער צאי והפגינו, מען זאל ארויס גיין אויף די ניו יארקער גאסען און פראטאסטירן,
אזוי האט מען טאקע געטאן, עס איז דאן פארגעקימען א ריזן דעמעסטראציע בחיצות העיר, און עס ב''ה געווען מיט ערפאלג, און די רדיפות האבן נאך געלאזט,
צום ענין, און וויליאמסבורג איז פארהאן א ענגע קליקע ערענסטע משוגעים, אפפאל פון די זאליס מיט די בני המן, מענטשען וואס האסן יעדען לעבעדיגע באשעפעניש וואס רירט זיך נאר, אריין גערעכענט זיך אליינס אויך,
זייערע פירער זענען מער ווייניגער איינער זיכערמאן וואס וויל פשוט מען זאל וויסען אז ער עקזעסטירט אויפן כדור הארץ, דערנאך איינער צימערמאן, וואס ער איז ל''ע ערענסט פארריקט, און זיי מיינען נעבאך אז מיט גיין און קרוינהייטס שרייען אויפן גאס, וואו וואנזיגע משוגעים, אז די רבי זי''ע האט דאס געזאגט, און יענץ געזאגט, אדער שרייען אויף הגאון רבי ארי לייב שטיימאן שליט''א ''ימח שמו'' אדער נאך מאכן דעם לעצטען ליבאוויטשער מנהיג ז''ל ביי א כינוס של עמי הארצים, וועט די מדינה חרוב ווערן, נעבאך, פאר די משוגעם איז נוטרונא וואו א ביין און האלץ, ווייל נוטרונא טיט אויף, און פון זיי האלט מען זיך ביי די זייטען,
לויט אלע סימפאטען ביזטו הערשעלע פון די דאזיגע קאמפאני, די שמעקסט פון צימערמאן'ס זאקן, במחילת כבודך, מאה פעמים,
מען קען פארשטיין פארוואס די האסט ב''ה פיינט דעם הייליגן מוסד נוטרינא,
ווייל דער שר צבא ה' דער צדיק הדור, כבוד קדושת רבינו שליט''א האט אויסגעריפן בפומבי ביים דינער פון מוסדות ייטב לב, זיין פולע שטיצע פאר דעם הייליגען מוסד, אום געבעטן, נאר ווייל דאס איז געווען דער אמת'ע דרך פון אלע פריערדיגע צדיקים הקודמים, ובראשם, זיין הייליגען פעטער דער שריר מלוחמי מלחמת ה' במס''נ, רבינו הקוה''ט זי''ע,
טראץ וואס און דער פירערשאפט פונעם מוסד, איז פארהאן מער וואו איינער וואס ווערט נישט פאררעכנט אלס זיינס א פריינד, דעריבער האט עטץ אזא פונסטערע שנאה צו דעם הייליגן מוסד נוטרונא,
ווען דער וועקי הדור, דער פשיהא עם הארץ רבי, רבי זאלישעל זאל עפעס טאן פאר נוטרונא, לכה''פ וואופיל ער האט געטאן פאר דעם קראפטירטען אתרא קדושה, דהיינו געפארען קיין לייקוואד זיך פיקשערן, וואלט דיין טמאנע בני המן'נישע תגיבה נישט געווען געפאסטעט דא אויפן פורום,
זאלן שוין די בני המן מיט די בני זאליס בטל ווערן במהרה, און עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום יוד
תוקן על ידי האנדא ב- 14/09/2011 22:47:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 19:52 |
|
| |
צבי, דו ביסט דאך א ליובאוויטשער (היינטיגע צייטן עכ"פ) איך וואלט זייער געוואלט הערן פון דיר א שטיקל הסבר - ספעציעל לשיטת ליובאוויטש - איבער וואס איז ראנג מיט דעם מוסד נטרונא.
סתם שרייען ס'זאל אונטערגיין קוקסטו אויס גענוי ווי די וואס האבן נאכגעמאכט דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אום פורים...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 16:16 |
|
| |
האנדא
דא רעדט מען דען פון הענגן פלאקאטן וועגן שלאגען אידן?! דא רעדט מען פון ראדיא אנאנסען וועלכע זאגען אז די מדינה איז נישט קיין לעגיטימע, פונקט דאס וואס די אראבער ימ"ש זאגען!!!!
_________________
הבלוג שלי
hirsheltzig.com
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 16:18 |
|
| |
גביר_אדיר מיין התנגדות צו די "נטרונא" מוסד האט נישט מיט ליובאוויטש, יעדער איד וואס אים איז נוגע אז אידן אין אר"י זאלען לעבן בשלום איז געעקעלט פון די אנאנסען!!! גיי אביסל ארויס אין די וועלט, טאקע די גאר "היימישע" וועלט, וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט
_________________
הבלוג שלי
hirsheltzig.com
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 20:20 |
|
| |
צבי : וואס גייט מיך אן אז די אראבער זאגען פינק ווי אינץ ?
ווי נישט ווי האבען די ציונים זיי ארויסגעווארפען פון זייער שטעט אן קיין שום סיבה, וויי ווילען נאר ציריק זייער הייזער וכד'
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 20:43 |
|
| |
צבי, איך האף אז דו ביסט "פרא חוקי תועבה", וויייל אז נישט זענען די אראבער פונקט ווי אונץ (רח"ל מהאי דעתא).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 21:46 |
|
| |
צבי, איך דארף ב"ה נישט "ארויס"גיין צו די היימישע וועלט, און אויך נישט צו די מאדערנע, איך בין דארט ב"ה. און איך בין מחולק מיט דיר אין מציאות. דאס רעגט אויף דירעקט נאר אזעלכע מענטשן וועלכע האבן א "ציוניסטישן" נייגונג צו די מדינה. פאר די וועלכע האבן דאס נישט, נאר זיי זארגן זיך פארן וואוילזיין פון די אידן וועלכע וואוינען דארט היינט, רעגט דאס נישט אויף. ספעציעל די יעצטיגע אנאנס - וועלכע איך האף אז דו האסט אויסגעהערט פארן שרייבן דערוועגן - איך האב געהערט פונקט פארקער פון אסאך אידן וועלכע שטייען גאר ווייט פון סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2011 00:53 |
|
| |
הייליג
|
|
|
|
|