בית פורומים אידישע געדאנק

זיסע שומרים קאל אין וויליאמסבורג און א מוסר השכיל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/9/2011 06:41 לינק ישיר 
זיסע שומרים קאל אין וויליאמסבורג און א מוסר השכיל

איך האב יעצט גערעדט מיט א שומרים מעמבער דערציילט ער מיר א שומרים קאל וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג דעם פארגאנגענע זונטיג.
 
אנגעהויבן האט זיך עס ווען א אינגערמאן האט אלארמירט חברה שומרים אז מען האט זיך איינגעראכן אין זיין קאר און אוועקגענומען עטליכע זאכן אויך איז זיין שטריימל אוועקגענומען געווארן, די שומרים האבן געזאגט פאר דעם אינגערמאן אז מיר פון אונזער זייט וועלן פרובירן צו זיכן דעם פארברעכער אבער די דארפסט מאכן א פאליס ריפארט כדי ווען מיר וועלן באווייזן צו לייגן א האנט אויף דעם פארשוין זאל ער קענען באשטראפט ווערן פאר די גניבה.
 
די אינגערמאן האט זיך פון אנהייב ג'עקשנט אז ער וויל נישט ער האט מורא צו שטיין פנים אל פנים מיט א פאליציי אפיציר, די געטרייע שומרים האבן למעשה אים באוויזן איבערצורעדן דוקא יא צו מאכן א פאליס ריפארט וכך הוה.
 
זינטיג נאכמיטאג קומט אריין א קאל צו שומרים, די ריפער האט זיך אנגעגעבן אלץ די אייגנטומער פון קרויס היט סטאר אויף בראדוועי און פארציילט אז עס איז יעצט אריינגעקומען צו אים א גוי אין געשעפט און טראגט אן צו פארקויפן א שטריימל! די שומרים האבן זיך פלינקערהייט אהינגעיאגט און געפאקט דעם חוצפה'דיגע שלימזל'דיגע גנב מיט די רויב אין די הענט, מער האט נישט אויסגעפעלט און די פאליציי האט תיכף ומיד געקייטעלט די צוויי קלעבעדיגע הענט פון דעם איצטיגען ארעסטאנט.
 
היינט איז דער גנב ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל פאר 5000 דאלער און וועט דורכגיין א פראצעס.
 
די סך הכל איז אזוי: צוריקבאקומען די שטריימעל האט די אינגערמאן נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
 
ארעסטירט האט מען דעם גוי נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
 
דורכגיין א פראצעס וועט ער נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
 
דער גנב וועט האפענטליך טראכטן מער ווי איינמאל פאר ער וויל דורכפירן א רויבעריי (עכ"פ אין די אידישע געגענט) נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
 
פארוואס זאל א מענטש נעמען פאר לייכט א גניבה און נישט מאכן א פאליס רעפארט?? עס קאסט נישט קיין געלט בלויז די פאר מינוט אבער רוב מאל צאלט זיך עס אויס ווייל אויב טרעפט די קרבן מארגן איינעם שפאצירן מיט די רויב אין די הענט קען ער שרייען ביז מארגן אז עס איז געגנב'ט ווייל כל זמן עס איז נישט באריכטעט געווארן ביי די פאליס דאן וועלן זיי לאזן דעם פארברעכער פריי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2011 08:03 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז אבער אז ע"פ רוב וויל די פאליציי נישט מאכן קיין פאליס רעפארטס, ווייל דאס ברענגט ארויף די קרימינאלע ראטע אין די געגנט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2011 15:45 לינק ישיר 

אויף דעם איז אויך דא אן עצה.
 
מען זאל אלארמירן צום ערשט שומרים און זיי וועלן שוין זיכער מאכן אז עס ווערט יא געמאכט א פאליס רעפארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 18:31 לינק ישיר 

נעכטן ג' פרשת חיי שרה האט שומרים באוויזן אראפצורוימען א שעדליכע פארשוין פון די וויליאמסבורגע גאסן (איך זאג וויליאמסבורג ווייל איך גלייב אז ער איז שוין אויף די פריי).
 
די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען עס איז אריינגעקומען א טעלעפאן קאל ארום 7:30 פארנאכטס צו שומרים אז א גוי מיט א לאנגע מעסער האט נארוואס געוואלט שטעכן איינעם.
 
שומרים איז פלינקערהייט אנגעקומען אבער דער פארשוין האט באוויזן צו אנטלויפן נאך איידער מען האט געלייגט א יד אויף אים, אבער די מעסער האט מען יא געטראפן אויף די ערד וואס יענער האט אראפגעווארפן ביים אנטלויפן פון די סצענע.
 
שומרים האט באשלאסן צו ווארטן דארט צו זעהן אויב דער גוי וועט צוריק קומען נעמען דאס מעסער, די געטרייע שומרים מעמבערס האבן זיך אויסבאהאלטן און געהאלטן א אויג צו זעהן אויב און ווער עס קומט.
 
נאך א שטיק צייט האבן זיי טאקע באמערקט ווי די גוי דערנענטערט זיך אפצונעמען דעם מעסער, פארשטייט זיך די שומרים האבן אים תיכף אראפגעהאלטן און איבערגעגעבן פאר די פאליציי וואס האבן זיך שטארק באדאנק פאר די איבערגעגעבענע וואלאנטירן וואס האבן ב"ה פארמיטן אזאנס וואס וואלט חלילה געקענט זיך אויסלאזן פונקט ווי אין פלעטבוש 2 טעג בעפאר ווי א אידישע פרוי איז ל"ע דערשטאכן געווארן צום טויט ה"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זיסע שומרים קאל אין וויליאמסבורג און א מוסר השכיל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext