בית פורומים כל העולם כולו

הערליכער שבע ברכות לכבוד הרבני הנגיד הטפסר ר' מאיר זעליג ריספלער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/9/2011 07:34 לינק ישיר 
הערליכער שבע ברכות לכבוד הרבני הנגיד הטפסר ר' מאיר זעליג ריספלער

א הרליכער שבע ברכות איז נעכטן געפראוועט געווארן לכבוד דעם וועלט בארימטן טספר ונדבן הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו - צו די חתונה פון אן אייניקל

דער מעמד איז פאהרגעקומען אינעם בנין וואס דער בעל שמחה זעלבסט האט מנדב געווען צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות אלס הכרת הטוב פאר'ן בעל שמחה.










דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2011 07:36 לינק ישיר 

מייסטערווערק אויסגעשניצט דעם אויסקוק פונעם בנין אויף פירות און טארטן
 
 
 
ראשי קהלתינו הק' ערשיינען צום מעמד
 
די חברי ההנהלה באגריסן דעם בעל שמחה הר"ר מאיר זעליג הי"ו צום מעמד
ווערן געזעהן: מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, מוה"ר אביגדור פרענקל הי"ו או מוה"ר משה אהרן האפפמאן הי"ו יו"ר וועד הפועל
 
מוה"ר מאיר זעליג הי"ו ערשיינט צו די עלעגאנטע מסיבת שבע ברכות
ווערן געזעהן: מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלה, און ר' לוי יצחק לעווי הי"ו דער געטרייער פאנד-רעיזער פון די מוסדות
 
מוה"ר מאיר זעליג הי"ו באגריסט ידידיו חברי ק"ק נייטרא
וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחתו
ווערן געזעהן: הרבני הנגיד מוה"ר שרגא פייוול האפפמאן, מוה"ר חיים זעליג הי"ו, מוה"ר ישראל דוד ראכליץ הי"ו
 
ר' לוי יצחק הי"ו ווייזט פרעזענטירט פאר מוה"ר מאיר זעליג הי"ו דעם קאלירפולן בראשור וועלכע'ס איז ערשינען לכבוד'ן מעמד
 
דער נואם הכבוד הרה"ג אבד"ק הומנא שליט"א ביים מעמד
 
זקני ראשי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג און בארא פארק ווערן געזעהן ביי די מסיבה
 
הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א באטייליגט זיך ביי די שבע ברכות
 
ר' אייזיק האניג הי"ו מיט די חברת שירה זענען מהנה די באטייליגטע
 
הנגיד מוה"ר אברהם יודא מאנדעל הי"ו ווערט געזעהן פארנט פון זיין איינגעקויפטן שער הבנין
אנקומענדיג צום מעמד
 
דער נואם הכבוד שליט"א טרעהט אויף
 
כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשיינט צום מעמד השבע ברכות
 
ווערן געזעהן די הנגידים חברי הנהלת המתיבתא פון קרית יואל באטייליגן זיך ביים מעמד
 
חלקים פונעם קאלירפולן ציבור ביי די מסיבה
 
 
דער רבי שליט"א אין א שמועס מיט'ן נואם הכבוד הומנא רב שליט"א
 
אבי החתן הנגיד מוה"ר אפרים פישל הי"ו ביי די סעודה בליקענדיג אינעם רייכן בראשור ערשינען ספעציעל צו דער געלעגנהייט
 
דער יו"ר המעמד מוה"ר משה אהרן האפפמאן הי"ו יו"ר וועד הפועל שע"י מוסדותינו הק' פירט אהן מיט די מסיבה
 
דער בעל שמחה הי"ו טרעהט אויף
 
 
חלקים פון די באטייליגטע נדיבים בעם ביי די רייכע מסיבה
 
 
 
בשעת די דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2011 21:10 לינק ישיר 

 

רייכער שבע ברכות ומסיבת הכ' הטוב לכבוד די שמחה בבית הרבני הנגיד הטפסר מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג

גאהר א רייכער און אייגענטארטיגער שבע ברכות איז נעכטן – זונטאג נאכמיטאג אהערגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג לכבוד די שמחה פון די חתונה פונעם עלסטן אייניקל פון הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו – פטרון בנין בית רחל בנין ריספלער אין וויליאמסבורג, החתן בן בנו הרבני הנגיד מוה"ר אפרים פישל הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה יוסף מיטעלמאן הי"ו מחשובי חברי קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג.

 

דער רייכער שבע ברכות איז געפראוועט געווארן דייקא אינעם אכסניא של תורה אינעם בנין פון די בית רחל – בנין ריספלער אויף סענפארד סט. ווי עס זענען געלאדענט געווארן די ידידי וקרובי המשפחה, נגידים ונדבנים בעם, ובראשם האט מפאר געווען כ"ק מרן רבינו שליט"א נשיא המוסדות.

 

צו די באשטימטע צייט זענען די גערופענע געסט אנגעקומען צו די רייך געדעקטע טישן אינעם אודיטוריום פונעם בנין, ווי די געסט און באטייליגטע זענען אפגעווארט געווארן דורך חבר הנהלת מוסדותינו הק', און זענען מכובד געווארן זיך צו וואשן צו די עלעגאנטע סעודה.

 

אנגעפירט מיט'ן מעמד האט מוה"ר משה אהרן האפפמאן הי"ו יו"ר וועד הפועל פון די מוסדות, וועלכער האט במתק לשונו אריינגעפירט די באטייליגטע אינעם פראגראם. און דאן האט דער יו"ר אויסגערופן דעם נואם הכבוד הרה"ג אב"ד הומנא שליט"א וועכלער האט עלקטריזירט דעם ציבור מיט זיין אינהאלטסרייכער דרשה לכבוד המאורע.

 

דערביי האבן זיך באטייליגט פארשידענע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות פון איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די שמחה אין שטוב פונעם חשוב'ן בעל שמחה הטפסר מוה"ר מאיר זעליג הי"ו, ווי אויך האט באשיינט די שמחה הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.

 

דאן האט מען געהאט די זכי' צו ענטפאנגען מרן רבינו שליט"א וועלכער איז זיך פערזענליך געקומען באטייליגן ביי דעם ספעציעלן שבע ברכות, און משמיע געווען דברות קודש צו דעי געלגנהייט.

 

דערנאך האט די הנהלת המוסדות אונטערגעשריבן א שטר מיט'ן פטרון הבנין – דער בעל שמחה הי"ו, אויף וועלכען דער רבי שליט"א האט געגעבן חתי"ק.

 

ביי דעם געלגנהייט האט די הנהלת המוסדות געשאנקען פאר ר' מאיר זעליג הי"ו א הערליכער זילבערנע מנורה מיט א טאץ אויף וועלכען עס איז געווען אויסגעקריצט דעם אויסקוק פונעם בנין האדיר וועלכע ער האט מנדב געווען.

 

דאן האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה מיט א טרעפליכער דרשה לכבוד די שמחה במעונו, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן, מחותנים, און זיידע'ס שיחיו לאוי"ט.

 

נאך ווי דער רבי שליט"א האט פארלאזט די מסיבה האט החזן ר' יעקב לעממער הי"ו מהנה געווען מיט פרקי חזנות לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך משמח געווען בשמחת חתן פאר א לענגערע צייט.

 

מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן הרבני מוה"ר מאיר זעליג הי"ו, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די זיידע'ס און ראשי הקהלה שיחיו, צווישן זיי: הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו, דער מחותן אבי החתן ר' פישל הי"ו, און הגה"צ ר' יואל שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך בקרית יואל ווי דער בעל שמחה איז א שטענדיגער מתפלל.

 

נאך לענגערע ריקודין האט זיך דער ציבור צושיידט מיט ווארימע ברכות פאר'ן חושב'ן בעל שמחה אז עוד ינובון בשיבה דשנים, און אינאיינעם מיט זיין ב"ב שתחיו זאלן זיי זוכה זיין צו זעהן און שעפן פיהל נחת פון די אייניקלעך ווייטער געזונטערהייט, אוןן ווייטער קענען אויפטוהן גדולות ונצורות מתוך הרחבת הדעת.

 

בקודש פנימה

ביינאכט בעת דער רבי שליט"א האט געזעגענט אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, זענען די הנהלת "אירגון שיעורי תורה" וועלכע זענען מזכה רבבות אלפי ישראל פון איבער אלע געגענטער מיט שיעורי תורה צו יעדער צייט, געקומען צו מרן רבינו שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו.

 

אויך איז הרה"ג ר' ישראל צבי ברוידא שליט"א רב דק' שערי אורה אריין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת דאס ניי יאהר הבעל"ט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2011 21:14 לינק ישיר 

ר' מאיר זעליג האט פאר עטליכע וואכען צירוק אראפגעלייגט גאנצע ''4 מיליאן'' דאללער אין מסלק געווען די גאנצע מארגעזש פין די גרויסע בנין ריספלער אויף סענפארד סט'
אין מיט דעם אין איין וועגס איינגעשפארט פאר די מוסדות א ריזיגע סכום פין איבער א מיליאן דאללער וואס די מוסדות וואס געדארפט צאלען אין פראצענטן ביז דער מארגעזש ווערט אויסגעצאלט
אין די הערליכע שבע ברכות האט געדינט פאר א מסיבת הכרות הטוב פאר דעם פילאנטראפ אין נדבן ר' מאיר זעליג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2011 01:57 לינק ישיר 

חלק ב

 

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

דער רבי שליט"א קוקט איבער דעם שטר הסכם

וואס די הנהלת המוסדות האט אונטערגעשריבן מיט'ן בעל שמחה הי"ו

 

דער רבי שליט"א גיט חתי"ק

 

דער בעל שמחה הרבני הנגיד הטפסר מוה"ר מאיר זעליג הי"ו שרייבט אונטער

 

הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו

 

הרבני הנגיד מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו

 

הרבני הנגיד מוה"ר אביגדור פרענקל הי"ו

 

הרה"ח מוה"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו

 

הרבני הניד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו

 

 

דער רבי שליט"א שענקט פאר'ן בעל שמחה ופטרון הבנין א זילבערנעם מנורה מט'ן טאץ

וואס דערויף איז אויסגעקריצט דעם אויסקוק פונעם בנין

 

 

 

דער רבי שליט"א איז מאציל ברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן בעל שמחה הי"ו

און די חתן און מחותנים שיחיו

 

 

 

 

הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג הי"ו ביי ברכת המזון

 

 אבי הכלה מוה"ר משה יוסף מיטעלמאן הי"ו ביי די שבע ברכות

 

דער זיידע הרה"ח מוה"ר יודא הערש הכהן לאנדאן הי"ו ביי די שבע ברכות

 

אבי החתן הרבני הנגיד מוה"ר אפרים פישל ריספלער הי"ו ביי די שבע ברכות

 

הרבני הנגיד מוה"ר חיים הלוי העללער הי"ו ביי די שבע ברכות

 

הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק ביי די שבע ברכות

 

הגה"צ ר' יואל שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך ביי ברכה אחריתא

 

החזן ר' יעקב לעממער הי"ו מהנה מיט פרקי חזנות

 

ילדי מוסדותינו הק' זינגען פאהר ספעציעל-פארפאסטע חרוזים

 

 

 

 

 

שמחת חתן וכלה

 

 

הרה"ח מוה"ר שלום בער פישל הי"ו מראשי ק"ק סקווירא הי"ו

משתתף ביי די שמחה לכבוד מוה"ר מאיר זעליג הי"ו

 

דער בעל שמחה הי"ו אין א ריקוד מיט הרבני הנגיד מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו איבערגעגעבענער אנדמיניסטראטאר פון די מוסדות

וועכלער האט אהערגעשטעלט דעם פראכטפולן שבע ברכות

 

אין א טאנץ מיט הרבני הנגיד מוה"ר אהרן ווייס הי"ו מנהל מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי ואסתר

 

דער אבי הכלה מוה"ר משה יוסף מיטעלמאן הי"ו אין א טאנץ מיט זיין איידעם מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו פון די איבערגעגעבנע חברי ההנלה

 

דער הערליכע מתנה וואס די הנהלת המוסדות האט געשאנקען פאר'ן בעל שמחה

♦♦♦


 

 

♦♦♦

 


הבהרה!

אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת

 

קלארשטעלונג!

עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת


 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2011 23:41 לינק ישיר 

הערליכע בונה ומקים בראשור לכבוד די שבע ברכות 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכער שבע ברכות לכבוד הרבני הנגיד הטפסר ר' מאיר זעליג ריספלער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext