תושבי קרית יואל מקדש שם שמים מיט'ן זיך מטפל זיין מיט א ריכטיגע מת מצוה ל"ע
היינט פארמיטאג האט זיך אין קרית יואל אפגעשפיעלט א ריכטיגע קידוש-שם-שמים סצענע ווען עס איז ערשינען הרב אייזיק לידער הי"ו פון די אנפירער פון די חסד של אמת ארגענעזאציע פארנט פון ביהמ"ד הגדול מיט א נפטר א מת מצוה אין זיין אויטא און אפעלירט פאר הילף.
די מעשה גייט צוריק מיט עטליכע חדשים ווען דער נפטר ר' דוב בן אליעזר הכהן לאנדער ע"ה איז ל"ע אוועק נישט איבערלאזנדיג קיינע קינדער ל"ע, און בלויז א נישט פרומע ברידער ר"ל.
ווען די עסקנים האבן זיך דערוואוסט דאס שרעקליכע אז דער ברידער האט צו יענע צייט פארארדענט אז דער נפטר זאל ל"ע פארברענט ווערן, האבן זיי זיך זאפארט אריינגעווארפן אין די הייליגע ארבעט און באלד אריענטירט א געניטן לויער וועלכער האט געקריגט פאר די רעכטן פונעם אידישן בר-מינן צו קענען קומען לקבר ישראל.
מיט ארום דריי וואכן צוריק איז שוין ענדליך געלונגען ארויפלייגן דעם נפטר אויף א פליגער וועלכער האט אים געזאלט פירן קיין ניו יארק, ווען דער ברידער האט זיך דערוואוסט דערפון האט ער תיכף פארארדענט – אלס אייצינגער קרוב – אראפצופירן דעם נפטר פונעם פליגער און פירן צום ארט פארברענט צו ווערן ח"ו.
די עסקנים האבן אבער ווייטער געקעמפט און נאך א געריכטליכע קריג איז ב"ה געלונגען צו געווינען און באקומען די פולע רעכטן איבערצונעמען דעם נפטר און אים ברענגען לקבר ישראל כדת וכדין.
היינט אינדערפרי איז דער נפטר אנגעקומען אויף ניו יארק, אבער נאכדעם וואס די געריכטליכע פראצעדור האט אריינגעשלעפט אין הוצאות פון עטליכע טויזענט דאללאר, האט דער ענערגישער עסקן הרב אייזיק לידער הי"ו פארשפראכן פאר די לויער'ס אז בעפאר די קבורה וועט ער נאך בעזהשי"ת אפירקומען מיט דאס גאנצע געלט.
אומר ועושה, הרב אייזיק הי"ו האט זיך א לאז געטאהן מיט'ן נפטר אין וועג קיין עיר הצדק קרי' נאמנה קרית יואל ווי ער האט זיך געשטעלט מיט'ן אויטא פארנט פון ביהמ"ד הגדול און אפעלירט פאר די נויטיגע פאנדן וועלכער איז טאקע געשאפן געווארן אין אייניגע מינוטן, און באלד דערויף האט מען באגלייט דעם נפטר ע"ה וועלכער איז דערנאך געפירט געווארן אויף ליבערטי, ניו יארק ווי ער איז געקומען לקבר ישראל המנוחה נכונה אין די חלקה פון חסד של אמת.
-מי כעמך ישראל-
ובלע המות לנצח
-בשורות טובות-