| נשלח ב-21/9/2011 23:16 |
|
| |
כאאס צושטאנד: ששון ושמחה אין ווילידזש פירערשאפט!
איין שמחה ברענגט די צווייטע, קוים וואס די ווילידזש קען זיך א עצה געבן מיט משה לייב וויטריאל, וואס איז זיי יעצט ווי א ביין אין האלז וואס זיי קענען נישט אראפשלונגן און נישט אויסשפייען, קומען באריכטן אז די צווייטע טעג יום טוב הייבט זיך יעצט אן אין די הצלה קרית יואל. ווי באקאנט האט דער ווילידזש געהאט צוויי דיקטאטארן וואס זיי האבן געשטעלט אנצופירן מיט די ארגענעזאציעס אין קרית יואל, משה אהרן שטיינבערג מיט די הצלה און משה לייב וויטריאל מיט די פובליק סעפטי. משה לייבס פעקל איז שוין ברייט באקאנט, און דער ווילידזש פרובירט מיט אלע מיטלען לויז צו ווערן פון אים, אבער אן ערפאלג. ער סטראשעט אז אויב וועט מען אים יעצט ארויסשטויסן פון זיין פאזיציע וועט ער זיך עפענען א מויל קעגן די ווילידזש פירער און דערציילן אין געריכט די באפעלן וואס ער האט באקומען פון זיי טעגליך צו דיסקרימינירען די איינוואוינער, א זאך וואס די ווילידזש האט שטארק נישט חשק (בלשון נקי) אז דאס זאל פאסירן ווען דער בני יואל קעיס קומט יעצט פאר אין פעדעראלען געריכט. א צווייטע פרשה קאכט זיך אין די טעג אין ווילידזש ווען משה אהרן שטיינבערג האט באשיינפערליך זיך אפגעזאגט פון ווייטער פירן די קרית יואל הצלה, נאכדעם וואס דער ווילידזש האט אים אנגעהויבן געבן צופיל דעות בעניני הנהגה און ער האט זיך קעגנגעשטעלט, די וואך האט משה אהרן געמאלדן פאר די ווילידזש אז זיי זאלן זיך רישן אויף זיין רעזיגאנציע, און דאס ברענגט אויך נישט קיין סאך נחת פארן ווילידזש. א דריטע פרשה איז אין די מעקינג, ווער עס זאל איבערנעמען אברהם ווידער אלס מעיאר ביי די קומענדיגע וואלן. אברהם ווידער האט מערערע מאל קלארגעשטעלט אז דער דאזיגער טערמין איז זיין לעצטער אין אמט, און עס האט זיך אנגעהויבן א זוך אקציע נאך א פרישע קאנדידאט. אבער דא האבן די צענדליגער פראקציעס אינערהאלב די אהרונישע פארטיי בשו"א זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א קאנדידאט, ביז בא חכם אחד און פארגעשלאגן אז מ'זאל נעמען ארי' לייב גלאנץ, וואס ער האט דאך דעם פאליטישן חן און גליטשיק צונגל, אויבנאויף האבן אלע צדדים מסכים געווען און איינגעגאנגן אויף ארי' לייב'ן. יעצט האט זיך אבער אנגעהויבן דער פרישער קעיס אויף ארי' לייב, וואס דאס איז דער סתימת הגולל פון זיין פאליטיש לעבן לכאורה, האט דער מחלוקה פריש אויסגעבראכן בתפארתו ווער עס גייט ממלא מקום זיין אברהם ווידער, די צדדים האמפערן זיך שוין אויף הויעכע טענער, און עס זענען ערווארטעט גאר פרייליכע צייטן אין די ווילידזש אוו קרית יואל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 23:23 |
|
| |
משה ארהן שטיינבערג האט די וואך געשיקט אן אימעיל צום מעיאר אברהם ווידער מיט בערך די ווערטער: עפעקטיוו אימידיעטלי נעמט ער אראפ זיין רעספאנסביליטי פון הצלה ער בלייבט אין די ארגענעזעישאן אלס א געווענליכע מעמבער און ער וועט גיין אויף קאלס ווען ער האט צייט אזוי ווי יעדע אנדערע מעמבער. און די זעלבע צייט ווערט באריכטעט דראסטישע טשענדזשעס און די הצלה פירערשאפט, אהרן וואלף פאלאטשעק איז אויפגענימען געווארען אין די באורד, יצחק שלמה פאלאטשעק איז געווארען אויפגענימען צו באגלייטען פאציענטען צו הערען ווי מ'האט זיי געטראגען צו וועלכען שפיטאל וועלכען דר. פאר וועלכען פראבלעם ווי אזוי זיי זענען צופרידען געווען פון די סערוויס א. ד. ג., ווי אויך האט מען אויפגענימען 5 נייע אינגעלייט נישט קיין אי עם טי נאר אלס אמבולאנס דרייווער ווען ס'פעלט זיך אויס. איבריג צו זאגען אז די אלע טשענדזשעס האט דער ביז איצטיגער מנהל באקעמפט מיט ציין און נעגעל ווילאנג ער האט געקענט און אויב איימיצער שטארבט חלילה פון יעצט און ווייטער זאל קיינער נישט באשילדיגען משה אהרן ער איז מער נישט אחריות.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 23:48 |
|
| |
אימעל פאר'ן מעיאר?! הצלה האט אלטץ געזאגט אז זיי זענען נישט מיטן ווילידיש זיי באקימען נאר געלט יעצט ווערט מען געוואר ווער סאיז בעל הבית פון הצלה
תוקן על ידי דער_אקס ב- 21/09/2011 23:46:29
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2011 23:53 |
|
| |
מהרסיך ומחריביך ממך יצאו. שלאגט אייך געזונטערהייט צווישן זיך, עס זאל נאר נישט שאטן פאר קיין איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 01:48 |
|
| |
אבער פארט - בנפול אויבך אל תשמח...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 02:06 |
|
| |
ווער נופל'ט דא? די ווילידזש? די ווילידזש איז דאך נישט א אידישע פאראיין, און בכגון דא אמרינן באבוד רשעים רינה.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 03:26 |
|
| |
מיר איז אויך שווער וואסארא בעלות האט די ווילידזש אויף די הצלה איך האב אלס געוואוסט אז די הצלה איז א פרייוועט ארגעניזאציע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 03:59 |
|
| |
נאכדעם וואס דער קאנדידאט ארי' לייב איז געצווינגען גיווארן צו ריזיינען ווערט מען יעצט געוואר אז דער נעקסטער קאנדידאט לאורענס רוסעל ברייער (עפעס א ווייטער קאזין צו די מאנאראער ברייערס) איז געווארן דער נעקסטער קאנדידאט צו ריפלעיסן אברהם ווידער, האט די ווילידזש יעצט געכאפט א פרישן פראסק אין פנים ווען בערך א שעה צוריק האט מען עם הינריכטעט אין טעקסעס (דארט ווי די אהרונים הינריכטן זייערע בהמות) יעצט גייט אין ווילידזש אפיס כאדראם, מען שרייט אויף הויעכע טענער, סאיז יום טוב אינדערוואכן,
תוקן על ידי RESTLER ב- 22/09/2011 04:02:44
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 04:39 |
|
| |
רעסטלער ענדיג עסן די פאפקארן צו עפל איך ווייס נישט וואס די עסט יעצט ווייל איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 05:42 |
|
| |
אינטערעסאנט אז אפילו דער אהרוני רעסטלער (משה'לע?), האט פארשטאנען אז ער קען נאר פרובירן אפצואווארפן די לעצטע פרשה מיט ארי' לייב, ווייל דאס איז נאך נישט אזוי באוואוסט, אבער די פרשת וויטריאל און שטיינבערג קוקט אויס ווי ער שטומט יא מיט,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 06:47 |
|
| |
און צום הונדעטסטן מאל איז די ווילידש מיט הצלה אונטערגעגאנגען.... וועקט איך אויף פון שלאף קליינע קינדער!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 07:47 |
|
| |
איך זע נישט וואס דו ווערסט אזוי פרייליך, ס'האט דא איינער גערעדט פון אונטערגאנג? מ'רעדט דא פון די לויזע ווערטשאפט וואס קומט פאר אין ווילידזש די טעג, ותו לא,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2011 20:19 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | אינטערעסאנט אז אפילו דער אהרוני רעסטלער (משה'לע?), האט פארשטאנען אז ער קען נאר פרובירן אפצואווארפן די לעצטע פרשה מיט ארי' לייב, ווייל דאס איז נאך נישט אזוי באוואוסט, אבער די פרשת וויטריאל און שטיינבערג קוקט אויס ווי ער שטומט יא מיט, |
|
פארוואס ריפסטי מיך א משהלע? אין וואס איז דאס א משהלה? איז דאס עפעס א שפעט ווארט? מיינסטי אפשר דער ברך משה? אדער משה גבאי? דארף איך באליידיגן אז די ריפסט מיך משהלע?
איי וואלט איר זיך גיווינטשן צי האבן אזעלעכע דאגות ווי וויטריאול אדער שטיינבערגער, איך ווייס נישט אויב איז דאס בכלל אמת אדער סתם א אוסגיטראכטע מעשה כדרככם בקודש, אבער אזעלע פראבלעמען צייגט ווער איז אין פאאור און ווער עס שעלט פין אינדרויסן, סאיז א פארגעניגן צו הערן ענקערע קללות,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 16:06 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | ווער נופל'ט דא? די ווילידזש? די ווילידזש איז דאך נישט א אידישע פאראיין, און בכגון דא אמרינן באבוד רשעים רינה. |
|
דער אמת איז, לכאורה איז דאס א סתירה, איינמאל זאגט דער פסוק "אל תשמח", און אמאל זאגט ער "רנה"?
האב איך אמאל בעזהשי"ת געזאגט פשט אזוי,
"בנפול אויבך" ווען עס איז נאר א נפילה "אל תשמח", אבער "באבוד רשעים" ווען ער איז שוין אינגאנצן פארלוירן דעמאלס "רינה", קענסטו דיך שוין פרייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2011 02:42 |
|
| |
דער ווילידזש זוכט שוין אויף הויעכע טענער א פארטרעטער פאר וויטריאל, און וויטריאל ברענט פאר כעס, ער סטראשעט פערזענליך דוד עקשטיין אז ער וועט אים מיאוס מסדר זיין אויב פארלירט ער זיין אמט.
|
|
|
|
|