היינט נאכט קומט פאהר די יערליכע דינער לטובת אונזער תל תלפיות וגולת הכותרת, די הייליגע ישיבה גדולה, וואו אונזערע טייערע בחורים שטייגען לשם ולתפארת אין תורה ועבודת השי"ת על דרך הקדוש והטהור הסלולה לנו מרבינו הקדוש והטהור זי"ע, און ב"ה דער שיינער הידור פון די הערליכע פירות בתורה ויראת שמים ומדות טובות שם'ט אין די גאנצע וועלט לגאון ולתפארת,
א גאנץ יאהר הערט איר אלע גריסען מפי שילשים ורביעים, קומט היינט און הערט א קלארען באריכט פון אונזער הייליגע ישיבה, מיט אירע קרוב צו טויזענט בחורי חמד, אונזער עתיד, די המשכה און קיום פון אונזערע דורות על דרך התורה והקדושה ביז דער אויברשטער וועט זיך מרחם זיין אויף אונז און מיר וועל זוכה זיין צו גיין קעגען משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א
א הערליכער פראגראם איז צוגעגרייט, שיינע מתנות וועלן פארטיילט ווערן. בואו ונצא לכבוד התורה, היום באולמי פרדס פיגא, בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א