| נשלח ב-23/9/2011 03:15 |
|
| |
איבער 2500 זיצן דאס יאר אין ביהמ"ד הגדול!!!
ווי איינע פון די גבאי ביהמ"ד האט מיר היינט געזאגט, איז די וואך צוגעלייגט געווארן פרישע הונדרעטער זיצן, און ביהמ"ד הגדול לכבוד די הייליגע טעג, דאס איז נאכדעם וואס אנפאנג וואך האט מען זיך געזען ליידיג פון זיצן, אבער דער עולם שטייט אין גרויסע שורות און ווארט צו קויפן. האט זיך ר' זלמן לייב שמש דביהמ"ד הגדול, צוזאם געזעצט מיט די עסקני וסדרני קהילתינו, בראש פון דער געניטער עסקן ר' אייזיק דאסקאל, און זיי האבן קינצעלדיגערהייט אריינגעשטופט פרישע הונדרעטער זיצן, כדי נאכצוקימען דעם געברויך, ווי דער אויבן דערמאנטער גבאי זאגט מיר איז, אז זייט די ביהמ"ד איז געפענט געווארן מיט פערציג יאר צוריק, איז נאך קיינמאל נישט געווען אזויפיל זיצן אין ביהמ"ד הגדול, און דאס יאר איז רעקארד ברעקינג מיט די נומבער פון זיצען. פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נישט קיין חידוש, ווייל די עולם ציוואקסט זיך פין יאר צו יאר, אבער מ'דארף צוקענטעניס נעמען, אז א גרויסער חלק פונעם ציבור איז די לעצטיגע יאר צענדליק זיך אוועק געגאנגן פון ביהמ"ד, זיכענדינג זיך בעסערע גליקן ביים ווינקעל פון ווילימוסבורג, אבער מיט דעם אלעם האלט מען דאס יאר ביים רעקארד ברעקינג. זאל די אייבירשטר שטיין צום רעכטען זייט פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, אז ער זאל קענען מיט זיינע תפילות אויס פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל, און א כתיבה וחתימה טובה.
תוקן על ידי אייזנער ב- 23/09/2011 03:15:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 19:21 |
|
| |
VERY IMPRESSIVE!!! אין ספעשל אדאנק פארן געניטער עסקן דאסקאל פארן אריין לייגן 2500 זיצן געקינצעלדיקערהייט, יא, סיז זייער גיקינצלט, איך בין דארט געווען אין געציילט קנאפע 1200 זיצן, איך געב א פרעג איינעם פין די עסקנים היתכן איר האט נישט מער ווי 1200 זיצן, אין די ישיבה אליין איז דא איבער 1000 בחורים, זאגט ער מיר אז עכט איז דארט טאקע נישטא מער ווי 1200 זיצן אין דאס איז אויך ציפיל ווייל מ'דארף צוקענטעניס נעמען, אז א גרויסער חלק פונעם ציבור איז די לעצטיגע יאר צענדליק זיך אוועק געגאנגן פון ביהמ"ד, זיכענדינג זיך בעסערע גליקן ביים ווינקעל פון ווילימוסבורג,קיינער איז נישט אינטרעסירט דא צי דאווענען, אבער געקיצלדיגערהייט קען מען זאגן אז סאיז דא איבער 2500 זיצן. זאל די אייבירשטר שטיין צום רעכטען זייט פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, אז ער זאל קענען מיט זיינע תפילות אויס פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל, און א כתיבה וחתימה טובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 19:33 |
|
| |
די ביהמ"ד איז נאך נישט אויסגעשטעלט פאר ראש השנה מיט אלע צוגעלייגטע זיצן, אבער אויפן מאפע וועסטט זיך איבערצייגן די אמת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2011 22:04 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | VERY IMPRESSIVE!!! אין ספעשל אדאנק פארן געניטער עסקן דאסקאל פארן אריין לייגן 2500 זיצן געקינצעלדיקערהייט, יא, סיז זייער גיקינצלט, איך בין דארט געווען אין געציילט קנאפע 1200 זיצן, איך געב א פרעג איינעם פין די עסקנים היתכן איר האט נישט מער ווי 1200 זיצן, אין די ישיבה אליין איז דא איבער 1000 בחורים, זאגט ער מיר אז עכט איז דארט טאקע נישטא מער ווי 1200 זיצן אין דאס איז אויך ציפיל ווייל מ'דארף צוקענטעניס נעמען, אז א גרויסער חלק פונעם ציבור איז די לעצטיגע יאר צענדליק זיך אוועק געגאנגן פון ביהמ"ד, זיכענדינג זיך בעסערע גליקן ביים ווינקעל פון ווילימוסבורג,קיינער איז נישט אינטרעסירט דא צי דאווענען, אבער געקיצלדיגערהייט קען מען זאגן אז סאיז דא איבער 2500 זיצן. זאל די אייבירשטר שטיין צום רעכטען זייט פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, אז ער זאל קענען מיט זיינע תפילות אויס פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל, און א כתיבה וחתימה טובה.
|
|
רעסטלער דעקעלע זאג נישט פאר קיינעם אז דו האסט געזעהן 1200 זיצן דו צוווארפסט די גאנצע דעקעלע בנין אז זלצמאן(כלשונכם) האט נישט קיין מנין זיי וועלן דיר צורייסן פאר דעם
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 18:00 |
|
| |
אוי, ביידען ביידען, איך דארף קיינעם נישט דערציילן וואס פאר א עולם דער גז''ל פארמאגט, יונה זופניק דערציילט שוין פאר יעדן,.. ער איז מוראדיג אימפרעסט פונעם גרויסן צוביר וואס האבן זיך באטייליגט ביים דינער ווי מען האט עם געאנערט, זאג נאר ביידען, וויפיל מיינסטו וואלטן מיט געגאנגען מיטן גז''ל טאמער ער גייט ווען צום ווינקל פון וויליאמסבורג, הא?, מן הסתם די זעלבע 30 40 מענטשן וואס ער האט ביי זיין שלחן הטהור, אין וויפיל מיינסטו וואלטן נישט געבליבן אין ראדני טאמער הרב הצדיק רבי יוסף בראך שליט''א וואלט געזיצן אויפן כסא המלוכה אינעם געיט ביים מזרח וואנט אין ראדני, מן הסתן קיין איינער נישט ווייניגער וויפיל עס דאווענען היינט אין ראדני, ער זעצט זיך אריין אין ראדני, און שרייט אז אלע וואס דאווענען דארט זענען זיינע חסידים, אין ביים געזעגענען אין סאמען חודש אלול האט ער נישט קיין מנין, איך דארף מודה זיין, א געוועלדיגע הצלחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 18:25 |
|
| |
חוץ מזה וואס די יעניגע האבן נישט קיין שכל צו דאווענען מיט כ"ק רבינו שליט"א (שפעטער וועלן זיי דאס מילא באוויינען),
אויסערדעם לאזט נישט רבינו שליט"א שלעפן דעם עולם, נאר ער זאגט אז יעדער זאל דאווענען במקום שלבו חפץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 19:50 |
|
| |
מנהל ביטע חוסם זיין דאראגאר פארן שפילן פארטיי רעסטלער דעמידזש איז דאן האסטוך שוין פאררעדט
תוקן על ידי ביידען ב- 25/09/2011 19:56:02
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 20:00 |
|
| |
במח״ת קענסט מיר אפשר ערקלערן מה פשעי ומה חטאתי?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 20:50 |
|
| |
במח״ת קענסט מיר אפשר ערקלערן מה דעמידזש איז דאן ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 20:57 |
|
| |
רעסטלער ׳איסור השגת גבול׳...
|
|
|
|
|