שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס
עס רעדט זיך פון עסקנים פון שכונת ברך משה וואס ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט אזוי ווי עס פארלאנג זיך פונעם געזעץ פון די ווילידזש, אין דער יענקי סופר הערט נישט אויף אויסציטיילן צרות פאר די ברך משה איינוואוינערס יעדען טאג מיט אן אנדערן תירוץ,
אפגערעדט וואס די גאנצע ברך משה פאריעקט האט ער ארויסגעווישט במרמה שלא ביושר, איז יעצט ווען די איינוואוינער ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט (אן איין פעני פון דעם ח...) לא די וואס ער שטעלט זיך נישט צו אזוי אלע בילדערס אינעם שטעטל, נאר ער שטערט! אין נישט נאר וואס ער שטערט נאר ער ציברעכט די עסקנים על לא דבר, אין סטראשעט מיט ארעסטירן, הישמע כזאת? ווי לאנג גייט מען ליידן פון דעם גיפטיגען שלאנג?
מען דארף ארויסגיין מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם יענקי סופר בעוד מועד נישט מען זאל זיין א צועק שעבר, ער דרייט זיך ארום מיט די קאפ אין די הייעך זאגעדיג אז מען מוז צי אים סיי ווי ציקומען ווייל ער האט די מאניפאל פון דירות היינט צו טאגס אין קרית יואל אין דעם רבין האט ער אויך אין טאש (חיים שלמה'ס באדי) איז פארוואס זאל ער נישט טוען וואס ער וויל ? ווער זאל אים אפשטעלן?
וועקטס ענק אויף רבותי! ווייל היינט איז עס ברך משה איינוואוינער אין מארגן איז עס עצי התמרים מיט חברון מיט ראוונע אין איבער מארגן איז עס די ישיבה א.א.וו.
מיר אפעלירן צום ציבור אז ווער עס האט שפראך צי יענקי סופר זאל אים פארהאלטן פארוואס ער לאזט נישט בויען דעם בית המדרש אין ברך משה געגענט וואס רוב שטח איז ניטאמאל זיינס?
תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 26/09/2011 20:10:52
נשלח ב-26/9/2011 20:22
און פארוואס לאזט ער נישט בויען די מקוה אין בית שמואל בנימין?
איך וויל נישט נעמען קיין צד אבער אין א געוויסע וועג קען מען זייער פארשטיין יענקי סופר אז מען זעט אין די נעמען וואס שרייבען אונטער מענטשען וואס האבען די קינדער אין בני יואל אין ויואל משה אין עס איז דא נאך פארשוינען וואס עס שטייט נישט אויף די ליסטע וואס מען איז זיי דארט זייער מכבד פאר אפאר טאלער. ני קען מען יעצט צוריק ענטפערן פאר די רינדעכיגע גבאים גיי בעט פין יענע וואס מען האט אזוי שיין מכבד געווען
נשלח ב-28/9/2011 16:09
אדמיראל וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט פערדריי?
פרוביר אונז נישט צו געבן עסן שטרוי ווייל מיר זענען נישט קיין קיען אפילו מיר זענען חסידים!
בהמ"ד ישמח משה מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א איז גארנישט אנדערש ווי בהמ"ד אבני צדק מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' העניך אשכנזי שליט"א אין גארנישט אנדערש ווי בהמ"ד אהל פיגא מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' דוד דוב דשונסקי שליט"א ווי עס דינט פאר די איינוואוינערס פון די שכונה אנטער קהל יטב לב אין עס דאווענען דארט בני יואל מיט זאליס אומגעשטערט,
אין פינקט ווי די פארשטייסט אז אין די אלע אויבן דערמאנטע בתי מדרשים אין אויך אין אלע אונזערע בתי מדרשים אין די וועלט ווארפט מען נישט ארויס קיין מענטשען אפילו זענען נישט איינשטומיג מיטן רבין אין נישט קיין גוטע פריינד פארן רבין קען יעדער איד דאווענען כל זמן ער שטערט נישט, אזוי אויך פארשטייסטו זייער גוט אז בהמ"ד ישמח משה איז נישט מחיוב צו ווארפן מענטשן,
די משה גבאי טעריע פון ווארפן סתם מענטשן איז שוין לאנג פארביי,
אין בכלל זע איך נישט אז יענקי סופר זאל זיך רעכענען אזוי מיטן רבין ווען עס קומט צו זיינע פאר טאלער, ער פארקויפט דירות פאר בני יואל אין זאליס אין חסידים ציגלייך, א יא? וואס פראוועט ער נישט דעמאלטס חסידות אין שיקן די בני יואל מיט די זאליס ליפטערן? דעס פארשטייסטו?
שפיל נישט אויף אונזערע געפילן וואס אונז האב מיר פאר אונזער רבין כדי אזוי צו געבן א פרי פעסס פאר יענקי סופר, מיר זענען נישט אינגאנצען משוגע, גענוג וואס מען פיטערט אונז ביי די וואלן מיט שטותים וואס דעמאלטס האב איך נישט קיין ברירה אין איך קען מיך נישט ערלויבן צו שטימען פארקערט וועגן מיינע געפילן פארן רבין,
אבער יעצט האט עס מיטן רבין זילטש!!!
סא האק נישט אין קיין טשייניק אין ענטפער צו די זאך
דעס איז שוין ווען די נעמסט נישט קיין שטעלונג, שטעל דיך פאר ווען די נעמסט ווען יא א שטעלונג...
נשלח ב-28/9/2011 17:24
איך נעם נישט קיין צד דא, אבער אויבנאויף קוקן מיר אויס א גרויסע רוב פון די מענטשן ווי גאר היימישע, ממילא אדמיראל איך וואס נישט וואס דו ווילסט
נשלח ב-28/9/2011 17:59
רינדעכיגער איך וויל מיר מיט דיר נישט קריגען דא ווייל איך נעם נישט קיין צד אין ווייל איך האלט אז די ביסט א זאלי וואס שפילט ארוני. די אהרונים האבן זיך נאך קיינמאל נישט אזוי שטארק אויסגעפראקט אין פאבליק. רבי. וואלען. גבאי. עס איז שוין געווען הייסערע צייטן. אין אז עס איז שוין יא דא א קריגעריי איז דא אבער א לימיט ביז ווי מען גייט
נשלח ב-28/9/2011 21:16
אדמיראל איך גיי מיך נישט דא לאזן אריין שלעפן אין זייטיגע דיבעטס צי איך בין א זאלי צי עס איז שונאים וואס מען דארף ווארפן וכדו' דעס אז די נעמסט א צד דאס איז זיכער!
אין אז די פרובירסט צי רייטן אויף דעם עולם'ס געפילן איז אויך זיכער!
אין אז די שיסט א קויל מיט דעם וואס די שרייסט אז איך בין א זאלי איז אויך זיכער!
אלעס כדי די טעמע זאל אוועק פארן פאר יענקיס אינטרעסע איז אויך זיכער!
אין דאס וואס די זאגסט אז מען האט זיך נאך קיינמאל נישט אויסגעפראקט ברבים איז סתם אן אויסרייד (וואס דרך אגב סתם שקר מען האט דא שוין בארירט אסאך האקעלערע ענינים) נישט צי דארפן אדרעסירן די טעמע פונעם אפשטעלן בויען דאס ביהמ"ד וואס איז זייער געפארפול פאר יענקי סופר איז אויך זיכער!
סא סטאפ מיט דיינע שטותים אין זאג פאר יענקי סופר אז די ניגון פון חסידות איז דא נישט אקטועל אין ער זאל נישט פארדרייען דעם קאפ
נשלח ב-2/10/2011 21:25
אדמיראל, איך האב מיך אינטערעסירט, אין ברך משה וואוינען היינט 80% אהרונים דאס איז מער פערצענטואל ווי אין גאנץ שטעטל.