באקומען אין אישי
היות איך האב נישט קיין רשות צו שרייבן, ביטע לייג דאס ארויף אויף היידפארק
די ווילידזש אוו ק"י האט א יערליכע קאנטראקט מיט די טאון אוו מאנרא הייוועי דעפארטמענט צו פיצן אלע ראודס וואס זענען אונטער די בעלות פון די ווילידזש. ווען א דעוועלעפאר בויעט א נייע ראוד געהערט עס נאכנישט פאר די ווילידזש. נאר נאכדעם וואס דער דעוועלעפאר טוט דאס איבערשרייבן צו די ווילידזש געהערט עס פאר די ווילידזש און דאן שטעלט זי צו אלע סערוויסעס: פאטהאלס פארעכטן, געלע ליינס ריסטרייפען, איבערמאכן די ראודס, שניי פיצן וכו' רוב פון די דינוב ראוד איז פארטיג געווארן מיט אפאר חדשים צוריק. מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער דעוועלעפאר געקומען אז ער וויל אהינגעבן די ראוד פאר די ווילידזש. אבער היות אז נאך די באוויסטע באנק/דעוועלעפאר סיכסוך איז מען שולדיג געבליבן פארן ראוד קאנטראקטאר א האלב מיליאן דאלאר און דער קאנטראקטאר האט געלייגט א ליען, קען די ווילידזש נישט איבערנעמען די ראוד ווילאנג ס'פארמאגט נישט א קלין טייטל. האט זיך געמאכט א שאלה ווער גייט פיצן די שניי אויף די ראוד וואס ליגט ביין החומות. ביז היינט האט דער דעוועלעפאר דאס געפיצט, אבער יעצט האט ער אנגעהויבן לייגן דריק אז ער גייט מער נישט פיצן ווייל ער וויל דער ווילידזש זאל פיצען. די ווילידזש טענה'ט כל זמן די ראוד איז נישט איבערגעשריבן צו ווילידזש קען איך נישט דירעקטן מיין קאנטראקטאר (טאון אוו מאנראו) צו פיצן פריוואטע ראודס וואס איז נישט נכלל אינעם קאנטראקט. נאכמער, ווען תושבי שכונות ברך משה האבן ארויפגעריפן א קאנטראקטאר צו אנהייבן בויען א גרויסן שול, האט דער היצטיגער דעוועלעפאר געשיקט א בריוו צום קאנטראקטאר'ס לאוער אז ס'איז זיין פריוואטע ראוד און דער קאנטראקטאר האט נישט קיין רעכט צו פארן דערויף.... אבער היות דער קאנטראקטאר'ס לאויער דינט אויך אלס דער אדוואקאנט פאר די טאון אוו מאנראו איז ער זייער באקאנט מיט די סטאטוס פון די ספעציפישע ראוד, און ער ווייסט קלאר אז דער דעוועלעפאר שרייט אז ס'איז "זיין" פריוואטע ראוד, און ער וועט קיינמאל נישט אויפסיינען אז די טאון זאל דאס פיצן. צווישן די גאנצע געראנגעל, האט זיך אנגעריקט א פריצייטיגע שניי. היות די מענעדזשעמענט האט געזעהן אז קיינער נעמט נישט אחריות, האט ער מיט די געלט פון די תושבים'ס קאנדא טשארדזעס באשטעלט א קאנטראקטאר צו פיצן דאסמאל, און וועט צוריקבילן דעם דעוועלעפאר. אבער דער דעוועלעפאר האט דאס אלעס פאראויסגעזעהן און האט צוגעגרייט דעם רבי'ן. ער האט פארגעסן צו אפדעטן דעם רבי'ן אז די תושבים האבן געהייערט א קאנטראקטאר און ס'איז יא געפיצט. אויך איז ער געלאפן צום רבי'ן אז מ'האט טאקע געפיצט אבער מ'האט נישט געגאסן זאלץ...
תוקן על ידי קאפויער ב- 31/10/2011 20:28:08
 |
|
|