חול המועד האט רז"ל ארויסגעגעבען אן ארדער אז אלע בתי מדרשים אין ווילי קליימער תהליות יואל סאוט 8 וכו' דארפן זיין אפגעשפארט אויף שמיני עצרת ביינאכט אין יעדער זאל קומען טאנצען קיין ראדני, ער האט עקסטער אריבער געריפען יעדער גבאי באזינדער און זיי געזאגט אז מען דארף אפשפארן די בתי מדרשים, אזוי אויך האבן די זאליס געשטעלט צעטלען אז די בתי מדרשים וועלן זיין געשפארט.
די זאליס האבן אים אנגעפיפען און יא געטאנצען, טייל גבאים זענען געגאנגען קיין ראדני מורא'האבענדיג פאר זייער פרנסה, אבער דער עולם האט זיך אנגעפיפען אויף אים.
אזוי אויך האבן די זאליס געלייגט ריזיגע צעטלען אז מען גייט טאנצען מיטן ספר תורה פונעם דברי חיים, און דער עולם זאל קומען, אבער די בזיונות היי יאר איז געווען דאס זעלבע ווי אלע יארן פוסט און ליידיג.
יעקב גליק איז צוגעגאנגען צו רז"ל אז די ספר תורה פונעם דברי חיים העלפט נישט און דער עולם קומט נישט, נעקסטע יאר וועט מען דארפן ברענגען נח'ס תיבה... רז"ל הויז בחור האט אים אראפ געשמירט א פראסק.
אזוי אויך האט זיך רז"ל זיך געהרגט מיט משה שמואל זופניק איבער די ספר תורה, ווייל זופניק זאגט אז ער איז נישט יחצאל (ווי אזוי מען ריפט אים אין רז"ל שטוב) און די ספר תורה איז זיינס, די זאליס האבן איין געלייגט א ריזיגען סכום געלט אז ער זאל בארגען די ספר תורה, און מען געט אים עס צוריק נאך אין יו"ט.
נשלח ב-23/10/2011 22:28
די זאליס זאגן אז די ביהמ"ד סאוט 8, איז פארברענט געווארן פון די הקפדה פון רז"ל... ווייל זיי האבן אים נישט געפאלגט אין געטאנצן די הקפות אליין.... אנעם דברי חיים'מס ספר תורה...
איצט דארף מען אכטונג געבן אויף די אנדערע בתי מדרשים אז זיי זאלן נישט אפברענען פון רז"ל הקפדה...
נשלח ב-23/10/2011 22:44
דאס פוסקייט אין ליידיגקייט ביי זשיגאן די צווייטע טעג סוכות איז די געשפערך פינעם טאג די בזיונות טראץ דעם טעראר צי צימאכן די שולן האט גארנישט געהאלפן
פארפאלן ביי קיין עם הארץ קען מען קיין שמחת תורה נישט האבן אין קיינער וויל נישט גיין צי א ליידאג
נשלח ב-24/10/2011 00:22
והבור רק!!!
די יו''ט אין ראדני איז דער אינטערהאלטונג פין די אלגעמיינע גאס ער שטייט מיטן איינגעשריקענעם ג'גנבט'ע ראדני שוהל אין קען זיך נישט קיין עצה געבן צו פארמיידן די בישות זיין לעצטע פראפאגענדע שיק יונגעל דאסקאהל וועלכע פראבירט יערליך פרישע קינדערישע מהלכים צו אנצופולן אביסל די שוהל ברענגט אים נאר גרעסערע בזיונות מ'קען רואיג זאגען אז פינקט ווי סאטמאר וואקסט די הקפות יערליך בליעה''ר שרינקט עס אין ראדני..... דער עולם לויפט ארום אין די לעכער אבי נישט אין ראדני ער קען שוקן שיינע קאליפולע לוחות אויף די פאסט מיט די פינקטליכע זמנים צוזאמען מיט אלע קינדערישע פראפאגאנדע אין טיילן פעקלעך פאר די קינדער די פורים סטעיזשעס אויף ביידע זייטן פין ראדני מיט די געשניטענע ברייטע פארענטשעס אויף מזרח אין מעריב אריינגעריקט די מעקסימום פין אלע 4 זייטן מיט א פארמאכטע פאליש אין האלב פארמאכט בית שני נאכדערצו די גרויסע סטעיזש אין צענטער פין ביהמ''ד נאך די ברייטע באלעמער וועלכע האט אנהאלטן 8 גרויסע טישן פין די ספרי תורה מיט א גרויסע געיט ארום.... האט נישט געהאלפן אויסמיידן די גרויסע בישות נאכדערצו ווען מ'האט היי יאר געמאלדן אז דער פעיקער שפארט צו אלע שוהלן אין יעדע מוז קומען אויף ראדני ד''ה שמיני עצרת וועט מען נאר דאווענען אין ראדני, אין שמחת תורה וועט מען זיך מוזן יאגען, שמח''ת בייטוג וועט מען שוין 12:30 דארפן האלטן נאך די הקפות וואס האט נאר געהויבן די בזיונות אויף א פרישע רעקארד נאכדערצו ווען אפי' די וואס האבען געפאלגט שמיני עצרת האבען אנגעפיפן שמחת תורה (צום ביישפיהל די הקפות אין אברכים ביז 12 אזייגער ביינאכט מיט 4 שטאקען פארענטשעס מיט מער מענטשן ווי ראדני, אדער די הקפות אין סאוט 8 שמח''ת בייטוג ביז נאכמיטוג, אדער די הקפות פין ר' מנשה וואס האט זיך גאנץ יו''ט נישט באוויזן אין ראדני, אדער די הקפות פין ר' משה מנחם וואס קומט פין מאנטריאל פירן הקפות באתרא ד... אין ווייזט אפען אז ער האלט פין דעם פעיקר פינקט ווי אלע זאליס, ער טאנצט אים נאר נאך פאר די זעלבע סיבה פין זיינע קאלגעס וכו') דאס קען מען נישט אראפשלונגען אפי' די פראפאגאנדע פין די ס''ת פין די ירוחם בחורים האט שוין עקספייערט נו, אוודאי טיילט מען פראסקעס אויב איינער דערמאנט נח'ס תיבה אוודאי קרענקט זיי ווען מ'רעדט פין יו''ט אין ראדני
נשלח ב-24/10/2011 00:22
אשכול #3 אויף די הערליכע יו"ט פון ר' אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג.
נשלח ב-24/10/2011 00:28
עס איז זיס נאכצוברענגן א תגובה פין די אפיציעל שרייבער אין זאלי'ס פארום אינעם קאנטער אשכול
עס איז באמת געווען א פראכטפולער יו"ט. אנגעהויבן פון הושענא רבא. די ליכטיגע תפילות און דרשות פון רבי'ן. די הקפות שמיני עצרת אויפדערנאכט, ווען רבינו שליט"א טאנצט מיט די הייליגע ספר תורה פון דברי חיים. די תפילת גשם אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני, וואו רבותינו הקודשים מרן הויואל משה און מרן בעל ברך משה האבן שופך שיח געווען במשך אלע יארן. דאס געזעגענען פון די סוכה מיט די הכנסת ספר תורה דערנאך. די נייע שנעלע הקפות, ווי הונדערטער אנ"ש מיט די תשב"ר האבן געטאנצט און זיך משמח געווען בשמחת התורה. די הערליכע הקפות מיטל נאכט. והעולה על כולנה די זעקסטע הקפה שמחת תורה אינדערפרי. און יעצט מוצאי יו"ט דער ריזן ציבור ביים נעילת החג און באגלייטן, טויזענטער אנ"ש האבן באלאגערט די גאסן ארום דעם ביהמ"ד אויף ראדני ביז ביתו נאוה קודש. ויו"ט היה עושים בצאתו בשלום מן הקודש, דעם רבי'נס אראפשפאצירן לענגאויס בעדפארד עוו. עם פניו המאירות וואונטשענדיג א גוטע וואך און א געזונטן ווינטער ''''פאר די רבבות''', ווען לידו שפאנען מיט אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משמש בקודש אצל רבותינו הקדושים און הרה"ח ר' משה פריעדמאן דער משב"ק.
אויף די הערליכע דערהויבענע הקפות איז נישטא די ווערטער, אונז האמער געהאט דעם הייליגן דברי חיים זי"ע מיט'ן הייליגן שינאווער רב זי"ע ביי אלע דריי הקפות!, די מיט אפענע אויגן זאגן אז זיי האבן געזען דעם הייליגן דברי חיים זי"ע לויפן פארנט פון רבי'ן און דער הייליגער שינאווער רב זי"ע פון אונטערן רבי'ן ביי די זעקסטע הקפה צופרי! מלאכים און שרפים האבן זיך גע'הרג'עט ביי די קעפ צו קענען מיטהאלטן די הקפות אין דעם היכל הביהמ"ד בשעת דער רבי זי"ע מיטן ברך משה זי"ע מיט אלע אבות ארויף ביז נאכן ישמח משה שטייען אויפן באלעמער ווען הייליגע טרערן פון שמחה גיסט זיך פון זייערע אויגן! אשרי מי שזכה להיות באותו מקום באותו זמן! אשרינו מה טוב חלקינו!!!
נעבעך איז דער גרינגסטער אויסדרוק די דורכפאל טרעט זיי צו אביסל צו שטארק...
נשלח ב-24/10/2011 00:31
א זיס בילד דער פעיקער באטראכט די שיינע פאקלען מיט די גרויסע בליצערס אויפן וועג אהיים פין אויסגעשפילטע נעילת החג אין ''ראדני'' ווי עס האבען אפגעווארט מער נשים ווי אנשים....
נשלח ב-24/10/2011 05:07
נשלח ב-24/10/2011 05:16
נשלח ב-25/10/2011 01:16
new layout in rodney
נשלח ב-25/10/2011 01:46
דער פאליש ווערט אנגעפילט מיט בענק... פארוואס
ווער קען צוטרעטפן די סיבה פארוואס לכבוד די מעכטיגע הקפות אין ראדני האט מען אנגעפילט דעם פאליש מיט בענק.
איז אפשר מער נישטא קיין פלאץ אויף קיפע סטריט ווי מ'פלעגט אלע יארן האלטן די בענק.
דער תירוץ זאלט איר ליין זאגן.
נשלח ב-25/10/2011 01:47
נשלח ב-26/10/2011 03:18
פשיהא כתב:
ווער קען צוטרעטפן די סיבה פארוואס לכבוד די מעכטיגע הקפות אין ראדני האט מען אנגעפילט דעם פאליש מיט בענק.
איז אפשר מער נישטא קיין פלאץ אויף קיפע סטריט ווי מ'פלעגט אלע יארן האלטן די בענק.
דער תירוץ זאלט איר ליין זאגן.
די ביסל פארענטשעס אויף די שמאלע חלק אינטער די גאלעריען אויף מזרח אין מערב ווערן אויך ווייניגער אין ווייניגער ער האט שוין מורא צו לייגן מער ווי 8 סטעפס
ער האט עפעס א סיעתא דשמיא אז ער שרינקט יערליך
ווי מער ער ארבעט מ'זאל קומען לויפט מען אוועק...
אז איר וועט קוקען אינטער די פורים סטעיזשעס אויף דרום זייט וועט איר זעהן ווי די בענק ליגן גאר אויפגעשטעלט אין די הייעך אז ח''ו קיינער זאל זיך נישט זעצן דארט, זעהט אויס אז קיעפ סט' האט פאר דעם אויך נישט קיין פלאץ......