ב''ה
א תפילה פאַר אַ קאַמידיאַן
[פארפאסט דורך: מנשה לוסטיג]
רבוש''ע איך דאנק דיר זייער, אז דו האסט מיר געגעבן די ארגינעלע טאלאנטן און חושים צו משמח זיין כלל ישראל דיין ליבע פאלק, און אזוי ארום מאכן שמייכלען דיין וואונדערליך באשאפענעם וועלטל.
בעט איך דיר רבוש''ע, אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען א צער פאר קיין שום יודיש נשמה, דורך מיינע ווערטער און פעולות, און היט מיך אויס, כ'זאל נישט עובר זיין אויף קיין שום עבירה אין די תורה, דורך די פרייליכע ארבעט, נישט קיין לשה''ר, רכילות, צו חלילה הלבנת פנים – פארשעמונג, בידיעתי צו שלא בידיעתי.
סיי ווען מיר זעמער משמח, סיי ווען מיר זאגן זיך אפ, זאל קיינער נישט געטשעפעט ווערן. מ'זאל אונז נישט מקנה זיין מיט בלונדע שנאה וקנאה, מיטן מתנה וואס דו רבוש''ע האסט אונז געשאנקן. אדרבה, די גוטע תוצאות פון די וואס זענען געווארן בשמחה דורך אונז, זאלן מגין זיין אויף אלעס גוטס.
און רבוש''ע, ווייסט דאך גוט, אז אויכעט איך דארף זיין פרייליך שטענדיג, און אינעם זכות פון משמח זיין יודישע קינדער, זאלן מיר זוכה זיין צוזיין בשמחה תמיד, כדי צו קענען דינען דיר רבוש''ע, מיט שמחה און צופרידנקייט אייביג.
די פרייליכע עבודה זאל שטענדיג גוט געלונגען, געב אונז די ריכטיגע ווערטער אין מויל און געדאנקן, ערליכע פרייליכע געדאנקן, און מיר זאלן נהנה זיין דעפון אויכעט, סיי גרויס געלט און סיי פיל סיפוק.
און אין דעם זכות, זאלן מיר שוין זוכה זיין, אז דו זאלסט אויסלייזן דיין פארפלאגטן פאלק ישראל, פונעם לאנגן גלות, פון עצבות צרות און ענגשאפט, מיר זאלן שוין זוכה זיין צום לעכטיג פרייליכע גאולה בכלל ובפרט, בגוף ובנפש. אמן.
~