די זאלי'ס דרייען זיך אום די לעצטע פאר טעג מיט א שטארקע שאלה
פארוואס די אהרונים נאך אזא שיינע יום טוב וואס זיי האבן געהאט רעדן זיי אויך פין די פוסקייט אין די אויס געשפילטע יום טוב אין ראדני
יעצט למען הפיקטלייכקייט פרעגן זיי די שאלה נישט אלץ ישרות צי אלץ נארמאלקייט נאר די קאפ שוועלט זיי פינעם יום טוב אין הופער טוט זיי וויי אז מען לאכט זיי אין פנים
אבער אלץ יושר וועלן מיר זיי ענטפערן אינזער פרייד פינעם אויסגעשפילטע יום טוב אין ראדני
דעם ברך משה'ס מלוכה האט אנגעהאלטן בערך 27 יאר צי זאגן כולם שווין לטובה איז א גוזמא
יעדע 4 חדשים איז געווען אן אנדערע פרשה וואס האט אנגעשטינקען די גאס
צי פרשת קאשוי רעבעצין בני יואל סקול דיסטריקיט פרשת קאטש בעדפארד הייזער
מען האט גערעדט אויף ר' אברהם לייטנער פגום דרשה נ' שערי טומאה אויף קאשוי
דא האט מען זיך געקריגט מיט ר' משה ארי' ז"ל
מען קען דעבעטירן ווער ס'איז שולדיג געווען דעראין צי משה גבאי צי די רעבעצין צי לעפקאוויטש'ס צי די מתנגדים
איך וויל יעצט אין דעם נישט אריין גיין צי טייטלן פינגער'ס
הצד השווה שבהן נאך א יעדן יום טוב צי יומא דפגרא ווי כ"א כסלו צי כ"ו אב האבן די חסידים געהאט בישות
אייביג איז ארויס געקומען א סקאנדאל וואס האט אפגעווישט דעם יום טוב א טאג דעראויף איז געווען ולא נודע פינעם יום טוב
אין ביי יעדע פרשה האט דער ברך משה פארלוירן מענטשן אין זיך אנגעמאכט א וועלט מיט שונאים
ווען דער ברך משה איז עלטער געווארן האט זיך משה גבאי געמאכט דעם חשבון אז מיט ר' אהרן וועט ער נישט אנגיין מיט די זעלבע שייגץ שטיק ווי ער האט געטיען ביים ברך משה ער האט באמערקט אז ר' אהרן לאזט זיך די קאפ נישט פארדרייען
האט ער באשלאסן אהער צי ברענגן מהרז"ל אין משה גבאי האט זיך באמת איינגערעדט אז ער איז א כל יכול ער וועט לייגן ר' אהרן אין די ערד אין מאכן מהרז"ל פאר וועלט'ס רבי
די ערשטע שטיק צייט האט טאקע אזוי אויס געקוקט מהרז"ל איז געפארן אויף ארויף אין ר' אהרן האט פארלוירן מאמנטום
די זאלי'ס האבן שוין עמטליך געקלעמיט אז ר' אהרן איז פארטיג
אבער דער וואס האט דעמאלס געהאט א געניט אויג אין געוויסט די פאטשינעלס פין ר' אהרן האט באמרעקט אז ער גייט זיך בויען א חסידות וואס סאטמאר האט שוין נישט געהאט 43 יאר
תיכף ווי ער האט זיך אפגעשאקלט פין משה גבאי האט ער אראפ געלייגט פעסטע יסודות פאר זיין עולם
אנגעויבן פין לימוד התורה אין גענידגט ביי ווארמקייט ביי טישן ער האט אריין געברענגט א חיות דקודשה מסוף העלום ועד סופו
אין יעצט ווען מען קוקט פארוואס ביי ר' אהרן איז חודש תשרי א שם דבר אין די גאנצע וועלט אין ביי מהרז"ל איז עס א פאלנטער זעהט מען אז דעס איז נישט געקומען פין איין טאג דעס איז געקומען פין יארן הארעוואניע ביי זיין עולם
נאך מער ר' אהרן איז געשעצט אין ארויף געקוקט ביי זייך ציבור אין ר' זלמן לייב איז אן אפגעפרעגטער מענטש ביי זיין עולם
די זאלי'ס רעדן נאך ערגער פין אים ווי די אהרונים זיי האלטן באמת אז ער איז גוט נאר זיך צי שלאגן אבער צי ערליכקייט אין צי ווארמעקייט מאן דכר שמיה
פארדעם איז אינזער פרייד אז ראדני איז אויס געשפילט די הייליגע טעג
נצח ישראל לא ישקר מען קען נישט פאפן א וועלט אין טאן רשעות באנזאם כלל שיראל האט א גיטע נאז אין שמעקט ווי ס'איז דא ערליכקייט אין הייליגקייט
יעצט למעשה משה גבאי מיט לעזער קעסנטבוים זענען היינט ציטאג אויס געשפילטע מענטשן
למעשה דרייען זיי זיך ארום אויס געשפילט אן א שטאך ארבעט
מהרז"ל האט הייזער פאר די קינדער אין א שאפער ווארט אים אפ ביידי מקוה אבער קיין רבי איז ער נישט אי קיין חסידים האט ער נישט טראץ ער האט פרובירט צי שלעפן אן עולם דעם יום טוב דורך טעראר האבן זיי געזאגט אויפן אינז וויל מיר צי דיר נישט גיין
ר' אהרן איז אויס געשטיגן א וועלט'ס מנהיג ברחניות ובגשמיות וואס אלפים ורבבות נהנה מאורו
וואב מען קען ריכטיג זאגן אויף ר' אהרן
רבי מאיר אומר:
כל העוסק בתורה לשמה, זוכה לדברים הרבה, ולא עוד אלא שכל העולם כולו כדאי הוא לו. נקרא רע, אהוב,
אוהב את המקום, אוהב את הבריות,
משמח את המקום, משמח את הבריות,
ומלבשתו ענוה ויראה,
ומכשרתו להיות צדיק חסיד ישר ונאמן,
ומרחקתו מן החטא, ומקרבתו לידי זכות,
ונהנין ממנו עצה ותושיה בינה וגבורה,
שנאמר: "לי עצה ותושיה אני בינה לי גבורה".
ונותנת לו מלכות וממשלה וחקור דין,
ומגלין לו רזי תורה,
ונעשה כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק,
והוה צנוע וארך רוח, ומוחל על עלבונו,
ומגדלתו ומרוממתו על כל המעשים
תוקן על ידי קריסטאל ב- 27/10/2011 20:44:20
נשלח ב-27/10/2011 20:51
קריסטאל קליער!!!
נשלח ב-27/10/2011 21:10
איך האב געהערט ווי א אינגע בחור האט געזאגט פאר א געוועזענע חסיד פונעם ברך משה וועלכע איז געווארן א מתנגד ביי די בעדפארד דירות פרשה, און פארשטייט זיך אז ער איז היינט א גרויסע מתנגד פונעם רבי'ן שליט"א. האט דער בחור'ל קליג געזאגט פאר אים: משה גבאי איז טאקע א גאון. ער האט גע'גנב'ט געלט און דיר געמאכט פאר אהר'ן מתנגד און זלמן לייב'ס חסיד. דאס איז א גאונות
נשלח ב-27/10/2011 21:14
קריסטאל כתב:
דעם ברך משה'ס מלוכה האט אנגעהאלטן בערך 27 יאר צי זאגן כולם שווין לטובה איז א גוזמא
יעדע 4 חדשים איז געווען אן אנדערע פרשה וואס האט אנגעשטינקען די גאס
צי פרשת קאשוי רעבעצין בני יואל סקול דיסטריקיט פרשת קאטש בעדפארד הייזער
מען האט גערעדט אויף ר' אברהם לייטנער פגום דרשה נ' שערי טומאה אויף קאשוי
דא האט מען זיך געקריגט מיט ר' משה ארי' ז"ל
מען קען דעבעטירן ווער ס'איז שולדיג געווען דעראין צי משה גבאי צי די רעבעצין צי לעפקאוויטש'ס צי די מתנגדים
איך וויל יעצט אין דעם נישט אריין גיין צי טייטלן פינגער'ס
הצד השווה שבהן נאך א יעדן יום טוב צי יומא דפגרא ווי כ"א כסלו צי כ"ו אב האבן די חסידים געהאט בישות
אייביג איז ארויס געקומען א סקאנדאל וואס האט אפגעווישט דעם יום טוב א טאג דעראויף איז געווען ולא נודע פינעם יום טוב
אין ביי יעדע פרשה האט דער ברך משה פארלוירן מענטשן אין זיך אנגעמאכט א וועלט מיט שונאים
ווען דער ברך משה איז עלטער געווארן האט זיך משה גבאי געמאכט דעם חשבון אז מיט ר' אהרן וועט ער נישט אנגיין מיט די זעלבע שייגץ שטיק ווי ער האט געטיען ביים ברך משה ער האט באמערקט אז ר' אהרן לאזט זיך די קאפ נישט פארדרייען
מ'זעהט אז דו ביזט שוין געבוירן נעבן דעם גאז סטאנציע אויף הופער...
1) ווער האט אנגעשטינקען און גערעדט די דרשות וואס האט אנגעשטינקען טאקע ביי די אלע פרשיות וואס דו ערוועינסט ?? חוץ ר' אברהם לייטנער דרשה איז אלעס געווען ר אהרן וואס האט גערעדט! 2) ווער האט געגיבן גענוג שטאף פאר יוסל וואלדמאן אנצופילן 26 טעיפס מלחמת יוסף פון ריין רעקארדירטע זאכן, אהרן אדער דער ברך משה???!!!
3) ווער האט פארדרייט ר אהרן'ס קאפ צו פאשטינקען סאטמאר א} שמיני עצרת 2X. ב} צו גיין אין קאורט קעגן סאטמאר און קעגן טאטן ג} צו ארויסווארפן משב"ק רבי עזריאל גליק ד} צוצושפארן די רביצנ'ס שוהל אין ק"י ה}אלע ביה"ח פרשיות ביז'ן נייעם ביה"ח (מציבה אראפווארפן-רבי עיזואל פערלשטיין ע"ה-סטראשען נפטרים פאמילעס ה}צו רעדן די אלע 'פאני' -מילד געזאגט- דרשות (מ'האט ארויסגענומען היתר פון טאש אלע יארן אויף די ווייץ-שארט קאטס-לבי נקפי- וכו' וכו')
נשלח ב-27/10/2011 21:17
לאמיר גיין נאך אביסל ווייטער
זייט דער ברך משה איז אוועק איז געווארן 2 סאטמאר'ס
אז מען קוקט די לעצטע 5 יאר זעהט מען די אלע שמוץ וואס משה גבאי מיט די מתנגדים ( זאלי'ס ) האבן פרובירט אנצישמירן אויף ר' אהרן יארן לאנג איז שיין אראפ געפארן פין אים קיינער קויפט עס נישט די גאס לאכט פין די זאלי'ס אין פין זייער מנהיג
אין ס'איז נישט דא היינט קיין מנהיג רוחני וואז זיכט נישט צי האבן שייכות מיט ר' אהרן אלעס קומט אריבער אין זיך שואל עצה אין ביי יעדע דבר שבקודשה איז ער דער בריח התיכון אין וואס מער מען איז מתנגד פין אים אלץ מער זיכט מען אים נאך צי מאכן
אין יעצט דער יום טוב סוכות האט זיך גענידגט אין ראדני איז דורך דער חודש אויס געשפילט הייבט זיך די דעפרעסיע אין מען טייעלט פינגער ווער ס'אז שולדיג אז ס'איז דורך חוזק טייל ווייזן אויף משה גבאי טייל אויף שמואל קאמפאט טייל אויף דעם נערווען קראנקן דאסקאל אין א גרויסע טייל האלט מהרז"ל האט ציפיל טערזירט דעם ציבור אין מען טאר נישט גיין צי אים
ווייטער אין הופער איז דרוך דער יום טוב איין שטיק געהויבקייט איין ראד פין קדושה מען דארף נישט קיין פאקלען קיין באגלייטן מיט לעלו'ס אין טשערי לייטס
ווער געדענקט דען נישט ווען דער ברך משה פלעגט פארן אין קעמפ אין אלע מגלחים מיט די שווארצע קארוואנען זענען געפארן ארום 40 שטיק אין ווען ער איז געפארן אויף ארץ ישראל האט משה בן פראדל געלאזט פרינטען 3 מיני שפאנינג בעגס מיט די סימבאלס פין די נסיעה
דעס איז באשטאנען פין די חסידות אין ב"ה די אלע טינפות האט זאלי גע'ירש'נט
חסדי השם די רבי שליט"א קען פארן מיט א קאר וואס די מאפלער הענגט אין ס'כאפט איינמאל אין 3 חדשים א קאר וואש
נישט אומסיזט איז ער א רבי פאר טויזנטער יודען אין דער ביק זאלי האט נישט קיין חסידים
נשלח ב-28/10/2011 12:41
קריסטאל, ווי אזוי זאגט רש"י אויף ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף? עשה עצמו כאילו לא ידע!
די מאכסט עס גוט כאילו די קענסט נישט דעם ר' אהרן.
זייט ר' אהרן איז ארויף געשטעלט געווארן אלס רב אין קרית יואל האט דעם רבי'ן זי"ע הערליכע יונגע שטעטל נישט געהאט קיין מנוחה, מחלוקת און קיין אחדות מיט א געפערליכען טערראר פאר די אלע שלא כרעו לבעל!
ידו בכל ויד כל בו
די קעלבלעך און די יונגע וועלן קויפן דיינע מעשיות אבער און הימעל פארגעסט מען נישט, קענסט ספינען דיינע זיסע שרייבעכצר וויפיל די ווילסט.
נשלח ב-28/10/2011 15:22
מען געט זיך א דערמאן ווען דער גרעסטער עם הארץ אין וויליאמסבורג איז אנגעקומען האט עס געהייסן ער האט 2 מעלות
1) א בלאט לערנער ער קען פיין לערנען
2) א נועם המידות
מעןו געט א קוק יעצט 12 יאר שפעטער האט ער דעם טיטל אלץ גרעסטער עם הארץ אין וויליאסמבורג וואס מער דארף מען מען געט א קוק איבער די שמועס מיט ר' מעכיל זילבער זענט מען מען רעדט דא פין א היסטארישעם עם הארץ
אין ווייטער איבער זיינע פארפלויטע מידות איז איבריג צי רעדן שלעכט אין פארביסן זייינע נאנסטע מענטשן האלטן אים פאר א שלאנג מען קען פין אים א טובה נישט באקומען נאר אז מען רייסט אים אראפ די קאפ
נישט אומזיסט א טאג פארן הייליגען יום הקדוש איז יודעלע וויינשטאק געשטאנען אינדרויסן פאר מנין מנחה ווייל קיינער איז נישט געקומען זיך צי געזעגענען
אין ווייטער פויל איז ער ווי די גוטע יאר
אין ווייטער ביים רבי'ן איז איבריג צי זאגן אז ער שמ'ט אלץ גאון הגאונים אין די גאנצע וועלט ווי מען רירט אן מיט אין לערנען איז ער אינדערהיים
אין זיין טיר איז באלאגרט יעדן טאג מיט מענטשן פאר שעות לאנג לישועה ולרחמים
אשרינו אשרינו
תוקן על ידי אדמיראל ב- 28/10/2011 15:22:42
נשלח ב-28/10/2011 21:36
הבדלה מנין
דאס אז עס איז דא מחלוקת זייט רבינו איז רב און ממלא מקומו פונעם פריערדיגען רב זי"ע , איז דאכט זיך נישט זיין פראבלעם.
דאס ריז א פראבלעם פון געוויסע שטוב מענטשן און תלמידים וואס זיי וואלטן געקענט באשטיין אז רוב שטאט זאל זיי אויפנעמען, פאר זייערע אייגענע איינרעדענישן ,איינער האט גאר א ברייטע היט, אן אנדערער מאכט נאך דעם פריערדיגען רב'ס ה' מלך מיט אלע קנייטשען וכו'וכו'. אבער למעשה איז את והב בסופה די מערהייט ערליכע אידן אין שטאט זענען זייער פרייליך און צופרידען און זעהען במו עינים ווי שיין דאס שטעטל איז זיך ציוואקסן בכמות ובאיכות.
מחלוקת איז נישט קיין נייעס.
ס'נאר א רחמנות אויף די וועלכע לייגן זיך מיט די קינדער צוגרינד על דבר בלעם,
נשלח ב-30/10/2011 03:09
זייער
נשלח ב-31/10/2011 06:45
הבדלה_מנין כתב:
קריסטאל, ווי אזוי זאגט רש"י אויף ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף? עשה עצמו כאילו לא ידע!
די מאכסט עס גוט כאילו די קענסט נישט דעם ר' אהרן.
זייט ר' אהרן איז ארויף געשטעלט געווארן אלס רב אין קרית יואל האט דעם רבי'ן זי"ע הערליכע יונגע שטעטל נישט געהאט קיין מנוחה, מחלוקת און קיין אחדות מיט א געפערליכען טערראר פאר די אלע שלא כרעו לבעל!
ידו בכל ויד כל בו
די קעלבלעך און די יונגע וועלן קויפן דיינע מעשיות אבער און הימעל פארגעסט מען נישט, קענסט ספינען דיינע זיסע שרייבעכצר וויפיל די ווילסט.
דו האסט א ביטערע טעות, די מחלוקה האט זיך נישט אנגעהויבן נישט תשנ"ט, נישט תש"מ, און אויך נישט תש"ו, די מחלוקה פון די אנשי בלי על אנטקעגן דעם עצי חיים'ס משפחה (טוישט זיך פשוט די המן יעדע דור) האט זיך אנגעהויבן שוין תרצ"ז ווען דער רבי האט חתונה געהאט מיט אלטא פייגא. פון דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די צרות פונעם בעל ברך משה ביים רבי'ן אין שטוב (ער איז אפגעקומען מיט קליין געלט אנטקעגן זיין ברודער זלמן לייב הי"ד).
אויב איינער וועט וועלן שרייבן א ספר איבער די מחלוקה אין סאטמאר, וועט ער דארפן אנפאנגען פון דארט. די טעראר האט זיך אנגעפאנגען ווען דער רבי שליט"א האט נאך געוואוינט אויף קארטער לעין, ווען מ'האט אויסגעטיילט א צופקע צרות פאר'ן רבי'ן שליט"א און פאר'ן רביצין תליט"א. די צרות אין קרית יואל האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר דער רבי שליט"א האט געטראכט פון ווערן קרית יואל'ע רב, עס האט זיך אפשר איבערגעדרייט דעמאלס ווען מ'האט ענק געוויזן אז א שטעקן האט צוויי זייטן, און ווי אזוי זאגט מען אין ענגליש? דאונט דא דע קריים איף יו קענט דא דע טיים. שלאג נישט ווען דו ווילסט נישט צוריקכאפן.
נשלח ב-2/11/2011 19:18
די מערסטע איז בולט ווי ווייט זיין אייגענע דיינים האלטן אים פאר א בור אלע זיינע דיינים פראווען אליין רבי'סטעווע אין קומען נישט מיטהאלטן זייער רבי'ןס הקפות טייל דיינים פראווען גאר אין די זאלי שוהלן היי יאר ווען ער האט טעראזירט זיינע דיינים אז מ'קען מער נישט פראווען קיין הקפות אין זיינע שולן האבען זיי אבער שמחת תורה זיך שוין אלע אויסגעלאכט
פריעדמאן - זיין פורים ''ראב''ד'' האט גאנץ יו''ט געפראוועט אליין אין זיין ''אייגענע א''ג סאטמארע שוהל'' אין זיך נישט באוויזן גאנץ יו''ט טירנויער איז געקומען פין 'מאנטריאל' פראווען אליין הקפות פאר ''סאטמאר'' מאנטריאל תלמידים אין זיך נישט באוויזן ביי קיים שום הקפה פילאפ וועלכע האט זיך נאך איינגעהאלטן שמיני עצרת האט אבער שמח''ת אריינגעפופן אינעם מחותן אין געפראוועט כמעט ביז חצות מיט 3 שטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן אין ''אבריכם אויף קיעפ'' וויינבערגער וועלכע האט זיך נישט געוואגט צו פראווען אין קינגס טערעס האט געפראוועט אלע הקפות אין פאיע פאר די ארטיגע זאליס גוטמאן האט אויך אנגעפופן אזש שמח''ת בייטאג האט ער געפראוועט ביז 4 אזייגער אא''וו אלע זיינע דיינים אין שיינע יודן, יעדער האט געטראפען ווי צו פראווען רבי'סטעווע אין האבען כמעט גענצליך בויקאטירט די אויסגעשפילטע הקפות אין ראדני, אין מאיר ראטה האט געדפארט אנפולן די חלקת הרבנים אונעם ראדני בית החיים!
אפגערעדט אז קיינער פין זיינע דיינם וואס וואינען נישט אין וומ''ס זענען נישט געקומען אויף יו''ט צו זייער רבי'ןס הקפות... זיי ווייסן אלע גיט וואס פאר א פעיקער ער איז אין זיי מיינען זיך וד''ל
נשלח ב-7/11/2011 01:58
באקומען אין אישי
א פשוטע וואכען טאג דארף ער נעבעך ווארטן אויף מנין ביי שחרית
אין די פארנומענסטע צייט פין די מנינים.....