פרישער רינגעלע אינע'ם קייט פון ממלכת סאטמאר:
פרייד צום התייסדות פון "כולל דברי יואל ד'סאטמאר" אין בית שמש
אנשי שלומינו תושבי העיר בית שמש בארה"ק האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה טובה איבער די פרישע רינגעלע אינע'ם גאלדענעם קייט פון ממלכת סאטמאר איבער דער וועלט - אז אצינד צום נייעם זמן איז געעפענט געווארן דער היכל הכולל "כולל דברי יואל ד'סאטמאר" וועלכע'ס איז נקראת געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א - נשיא הכולל ע"ש דודו מרן רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל.
אריבער 30 חשובע אברכי קהלתינו הק' זענען אנגענומען געווארן אויף דעם זמן הלימודים אינעם היכל הכולל, און אלס ראש הכולל איז נתמנה געווארן הרה"ג ר' אייזיק פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו בארא פארק שליט"א.
דער מנהל הכולל הר"ר שמעון עזרא הכהן סאנדער הי"ו גיט זיך אין די טעג שטארק אוועק אויף די הצלחה פונעם כולל אז מען זאל קענען אנהויבן דעם זמן ביתר שאת וביתר עוז.
-מחיל אל חיל – כן ירבה וכן יפרוץ-