| נשלח ב-2/11/2011 16:34 |
|
| |
צווייטער סאטמארער ביהמ"ד אין לעיקוואד
גענומען פון די נייעס פון "בחצרות סאטמאר"
בית מדרשינו החדש אין לעיקוואד געעפענט בשטומ"צ
ווי שוין באריכטעט בעפאר יו"ט האבן די הנהלת ועסקני קהלתינו הק' אין לעיקוואד זיך אריינגעווארפן און צוגעלייגט א רינגעלע אינע'ם קייט פון מלכות סאטמאר אומעטום – מיט'ן מייסד זיין נאך א ביהמ"ד דקהלתינו אין לעיקוואד צוליב'ן וואוקס פונעם ציבור אנ"ש בליעה"ר אין די נייע געגענטער פון "ברוק הילל" און "וויספערינג פיינס" געגענטער אין לעיקוואד.
פארגאנגענעם שב"ק פ' נח – ר"ח חשון העעל"ט איז פאהרגעקומען דער "פתיחת שערים" מיט'ן עפענונג פונעם היכל הביהמ"ד החדש בס"ד צו וועלכען עס איז זיך בליעה"ר צונויף געקומען א גרויסער ציבור אנ"ש בלעיה"ק תושבים פון די געגנט און ארום.
לקראת דעם עפענונג פונעם ביהמ"ד זענען די הנהלת הביהמ"ד אריין אל הקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג העעל"ט ווי דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן דברי דרכה און די תקנות ליסוד הביהמ"ד און דערביי מאציל געווען ברכת קדשו.
לכבוד דעם געלעגנהייט איז הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד ובעמח"ס לחמי אבירים אריבער געקומען וויילן אין דעם געגענט אויף שב"ק ביי חתנו הר"ר משה פאנעטה שליט"א און דער רב שליט"א האט באשיינט אלע תפילות אין ביהמ"ד החדש.
ספעציעל איז געקומען צו פאהרן אויף שב"ק הרבני החסיד מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בבארא פארק פאטער פון מוה"ר ישראל הי"ו מראה"ק אין לעיקוואד וממייסדי ביהמ"ד החדש, וועלכער האט מנדב געווען דעם פראכטפולן אוצר הספרים "אוצר ישעי' אשר" לע"נ זיין פאטער הרה"ח המרומם מוה"ר ישעי' אשר וועלץ ז"ל.
א גאהר שיינער און אומערוואטעטער ציבור קע"ה האט זיך באוויזן דוירכאויס דעם שב"ק ביי די תפילות און ספעציעל ביי סעודת שלישית ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי התעוררות לרגל המאורע.
דאס ביהמ"ד שטייט שוין שוין צום דינסט פאר אנ"ש אלס מקום תורה ותפילה ברוב פאר והדר.
-מזמור שיר חנוכת הבית-
•♦•
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 05:33 |
|
| |
וויפיל סאטמערע יודען איז דא אין לעיקוואד אין וויפיל דאוונען אין יעדע בית מדרש?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 17:06 |
|
| |
מאירשאלום, יעדע וואך איז אנדערש.
איך גלייב אז אויב מאכט מען א צעטל אז "יעדער" מוז קומען דאווענען דארט, איז מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 21:42 |
|
| |
איז דאס א זאלי בית המדרש אדער א אהרוני? פון איין זייט שרייבט מען אז ר' אהרן וועלץ דער מנהל המוסדות סאטמאר ב''פ, וואס איז א גרויסער אהרוני, האט זיך משתתף געווען ביים פתיחת הבית המדרש, און לעומת זה שרייבט מען אז דער זאלי דיין ר' מרדכי בצלאל קליין האט זיך דארט אויך משתתף געווען, איז די פראגע, איז דאס בית המדרש בבעלות האהרונים אדער הזאלונים? הלנו אדער לצרינו?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2011 04:59 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | איז דאס א זאלי בית המדרש אדער א אהרוני? פון איין זייט שרייבט מען אז ר' אהרן וועלץ דער מנהל המוסדות סאטמאר ב''פ, וואס איז א גרויסער אהרוני, האט זיך משתתף געווען ביים פתיחת הבית המדרש, און לעומת זה שרייבט מען אז דער זאלי דיין ר' מרדכי בצלאל קליין האט זיך דארט אויך משתתף געווען, איז די פראגע, איז דאס בית המדרש בבעלות האהרונים אדער הזאלונים? הלנו אדער לצרינו? |
|
זייט ווען איז ר מרדכי בצלאל א זאלי . קען זיין איך פרעג נאר? זיינע קינדער לערנען אין מתיבתא אין קרית יואל במיילה ווי איך וויסן פון ווי מנעמט אז ער איז א זאלי
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2011 16:15 |
|
| |
משהלע די האסט ראנג אינפארמאציע ער איז נוטראל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2011 16:53 |
|
| |
ער איז א זאלי עם כל המפרשים, זיינע קינדער זענען טאקע אהרונים, אבער הוא כשלעצמו איז א זאלי, ער רעדט צוזאם אויפן רבי'ן כל דבר אסור, ער קומט טאקע פון מאל צו מאל זיך לעקן צו די אהרונים, אבער ער האט זיי פיינט בתכלית השנאה, קען זיין אז דאס הייסט נייטראל!,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2011 17:28 |
|
| |
משה'לע שקר וואו די ע''ז ער איז מער געשטימט צו רבינו שליט''א, צילוב דעם וואס זיין שווער הרה''ג רבי מענדל פריעדמאן ע''ה איז געווען שטארקער מעריץ פון רבינו שליט''א
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 18:01 |
|
| |
| האנדא כתב: |  | משה'לע
שקר וואו די ע''ז ער איז מער געשטימט צו רבינו שליט''א, צילוב דעם וואס זיין שווער הרה''ג רבי מענדל פריעדמאן ע''ה איז געווען שטארקער מעריץ פון רבינו שליט''א |
|
הייסט דאס אזוי!, צוזאם רעדן אויף רבינו שליט''א כל דבר אסור, מאכט עם נישט פאר א זאלי, פארוואס? ווייל זיין שווער ז''ל איז געווען א מעריץ פון רבינו שליט''א, יא?, איז אפשר ארי' ראזענפעלד אויך א אהרוני? ווייל זיין שווער איז א מעריץ פון רבינו שליט''א, און וואס איז מיט פייוויש טייטלבוים? חיים קלמן גוטמאן און נאך צענדליגע זאליס וואס זייער שווער זענען מעריץ כ''ק רבינו שליט''א, זענען זיי אויך אהרונים???
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 20:29 |
|
| |
משהלע, זיי נישט אגרעסיוו.
ווען ער וועט וויסן אויף וועלכע זייט ער שטייט, וואלטן מיר אויך קענען וויסן, עז אף נאו ווייסן ביידע נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 20:56 |
|
| |
איך בין בכלל נישט אגרעסיוו, נאר דאס בלוט גייט מיר ארויף אין קאפ ווען איך זעה עם קומען זיך לעקן צו די אהרונים, נאכדעם ווי איך האב עם געהערט צוזאם רעדן אויף די אהרונים בכלל, און אויף רבינו שליט''א בפרט, בדברי זלזול ושקרים וכזבים אשר תסמרה שערות אנוש, בטבע קען איך נישט סובל זיין א פעיק פאני פראוד א טו פעיס נוא גוד, די אהרונים האבן עפעס א שוואכקייט אויפצודעקן דעם פנים פון די בלאפערס הפוסחים על שני הסעיפים, ווי לאנג האט געדויערט ביז מען איז פטור געווארן פון דעם בלאפער זריאלע גליק, וויפיל האט דאס געשטאכן אין הארץ ווען מידי שבוע בשבוע האט עם דער רבי מכבד געווען מיט ידיד נפש, האב איך דען א פראבלעם אז זרילע באלאנגט ביי סאסמאן? אדער אז מרדכי בצלאל קליין איז א זאלי?, זאל זיי וואויל באקומען, אבער טאנץ נישט אויף צוויי חתונות, אויב איז רבינו הק' א הולך לערכאות בלי רשות בית דין (כדברי מרדכי בצלאל הנ''ל) דאן גיי נישט צו עם, קענסט דיך גיין מסתופף זיין בצילו פון הגאון הצדיק הקדוש ר' זאלי שליט''א, (וואס אגב שיקט דיר דיינע וועידזשעס יעדע וואך), אבער זיי נישט קיין טו פעיסער, און קים דיך נישט לעקן צו אונז.
|
|
|
|
|