א אויסצוג פונעם אימעיל היט דיינע אויגן -
דאנערשטיג פרשת וירא, י"ג חשון תשע"ב לפ"ק
אימעל #34
השי"ת רעכנט אונזער השתדלות נישט די רעזולטאטן
השי"ת קוקט נישט ארויס אז מיר זאלן דערגרייכען גאר גרויסע רעזולטאטן דורך אונזער עבודה, ער קוקט בלויז מיר זאלן טאן דאס בעסטע וואס מיר קענען; וואס מיר עררייכן דורך אונזער עבודה איז שוין אין זיינע הענט. פון אונז בעט ער בלויז אז מיר זאלן פרובירן יעדן טאג אביסל מער, און מיר זאלן טאן יעדן טאג די מערסטע וואס מיר קענען אויף יענע מינוט. השי"ת האט מער הנאה פון אונזער געראנגל מיט'ן יצר הרע ווי אונזער ענדגילטיגער סוקסעס נאכ'ן זיך ארויסדערזען פון דעם נסיון בכלל. השי"ת האט אן א שיעור מלאכים, און נישט פארדעם האט ער אונז באשאפן; ער האט אונז באשאפן מיר זאלן אים ברענגען א נחת רוח דורך זיך שטארקן אויף די מענטשליכע נסיונות.
א תלמיד פון ר' חיים וואלאזישנער שרייבט אין זיין ספר מנוחה וקדושה, אז אפילו א מענטש וואס טוט עבירות זיין גאנץ לעבן, קען אויך פאררעכענט ווערן אלס צדיק, ווילאנג ער האלט מלחמה מיט'ן יצר הרע און ער גיבט נישט אויף, אפילו ער פאלט דורך נאכאנאנד. מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז אונזער הצלחה איז געוואנדן לויט די רעזולטאטן, אבער דער אמת איז אז השי"ת רעכנט אונז לויט די הארעוואניע וואס מיר לייגן אריין, נישט אויף וואס מיר עררייכן.
זיך אויפהייבן נאך א דורכפאל
אויב מיר האבן מיטגעמאכט א דורכפאל, טארן מיר נישט לאזן דאס זאל אונז אראפקלאפן. ווערן בעצבות און דערשלאגן איז פונקטליך וואס דער יצר הרע וויל, ווייל דאס ברענגט אונז צו א פרישע כוואליע פון דורכפעלער אזוי ווי א דרייענדיגן רעדל. דער יצר הרע האט מער הנאה פון די עצבות דערנאך ווי פון די עבירה זעלבסט.
די אמת'דיגע בחינה פון אן עובד השם איז דווקא ווען השי"ת נעמט אוועק פון אים אלע כוחות זיך צו שטארקן, למשל ווען ער פאלט דורך און ער שפירט אז ער איז מער גארנישט ווערד; ער האט נישט קיין שום הרגשה און קיין שום התלהבות צו אנגיין ווייטער אויף ריכטיגן וועג. דער באשעפער פרובירט אויס דעם מענטש אויף אזא אופן ווייל אויף אזא מצב קען מען דאס בעסטע זען צי דער מענטש איז באמת ערליך, בלויז אין אזא צושטאנד קען מען קלאר אנצייכענען די געטריישאפט פונעם מענטש צום רבוש"ע.
דאס איז די שטערקסטע בחינה וואו א מענטש קען זען צי ער איז באמת אן עובד השם ווייל דאס איז דער רצון השם, אדער ער פירט זיך בלויז אידישלעך ווייל אזוי איז זיין געזעלשאפט און דאס איז זיין נאטור פון יונגווייז אן, און דאס האלט אים צופרידן.
דער לעכוויטשער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט: "אז ווען א מענטש האט חלילה גע'הרג'ט א צווייטן איד, און די מעסער ליגט אים נאך אין די האנט, און עס טראפט נאך דערפון בלוט, און ער שפירט אז ער קען זיך נישט אויפהייבן און נעמען די מוט זיך צו שטעלן דאווענען מנחה פאר'ן באשעפער מיט'ן גאנצן הארץ, דעמאלט האט ער נאכנישט טועם געווען די טעם פון חסידות.
דער באר מים חיים זי"ע זאגט, אז אין אן ארמיי ווען מען וויל אויספרובירן ווער עס איז געאייגנט צו זיין א גענעראל, נעמט מען א גוטן סאלדאט און מען לייגט אים ארויף אויף א ווילדן פערד וואס איז אוממעגליך צו רייטן דערויף גלייך און נישט אוממפאלן, און מען הייסט אים רייטן דערויף. טראצדעם וואס קיין שום מענטש קען נישט בלייבן שטיין גראד אויף דעם פערד, מיט דעם אלעם וויל מען אויספרובירן און זען ווי שנעל דערם זעלנער וועט זיך אויפהייבן דערנאך וואס ער איז ברוטאל אומגעווארפן געווארן און זיך שטארק געשעדיגט.
דאס איז דער גרעסטער מבחן ווי שטארק דער מענטש. יעדער מענטש פאלט אמאל דורך, די חילוק צווישן דער שטארקער מענטש און דער שוואכער איז ווי שנעל זיי הייבן זיך אויף.
 |
|
|