א סצענע צום זען און צום געדענקען געווען היינט אין וויליאמסבורג.
אין די פרימארגן שעות, האט דער אלעמען באקאנטער און געשעצטער שר העסקנים והשתדלנים בדורינו, הרב החסיד השר ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, און זיין ארגאניזאציע יו. זשעי. או. געהאלטן א פרעסע קאנפערענץ וועגן די שאקירנדע העיט-קריים וואס האט זיך אפגעשפילט אין צענטער פון וויליאמסבורג בליל שבת קודש, ווען א טריאו פון דריי ערלים האבן באפאלן און צע'מזיק'ט א וואוילן פרידליכן איד וואס האט שפאצירט אויף דער גאס און אים ברוטאל צע'מזיק'ט די ביינער ביז'ן ברויכן אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.
היינט אינדערפרי האט די יו זשעי או פאררופן א פרעסע קאנפערענץ, צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון דער פרעסע צו דער פאסירונג, און אזוי ארום ערהאלטן מער פון די פאליצייאישע אינסטאנצן.
נו, איז דאך אלעס פיין.
איז אבער הרשעים והנואפים השקט לא יוכלו. ווען דער קליינער נואפ'ל, רך בשנים ואב בנואפות, ישעי' יצחק רובין, דער דורכגעפוילטער עפל וואס איז נישט געפאלן ווייט פון בוים, האט זיך ערוועקט אינדערפרי, האט ער אויף זיין (פינקע דאכט זיך) בלעקבערי ערהאלטן א מעסעדזש אז ס'קומט פאר א פרעסע קאנפערענץ אין וויליאמסבורג, מיט ערוויילטע באאמטע און מידיא פארשטייער, אן דעם וואס איינער זאל אפילו אנרופן זיין פאטער דער שר העסקנים, אדער איינער פון זיינע פארבינדעטע אין דער יוזשעיקעיר ע"ה, איינמעלדן דערוועגן, אדער הערן וואס זיי האבן צו זאגן.
איז דער מוזשיניקל פיפל געקומען צו רייסן מיט זיין קליינע קאר מיט וואס ער האט מיט עטליכע וואכן צוריק שיעור נישט דער'הרג'עט זיין כלה-שוועסטער, באוואפנט פון קאפ ביז די ציין מיט א פרעכטיגן סוועטער וואס האט אים געגיבן א שטאטסמאנישן אנזען, עטליכע בלעקבעריס און א פארגעשריטענע קעמערע. אין באגלייטונג פון.... יא איר האט צוגעטראפן דער שפאנישער מאטרא פון קעי זשעי, דער פרישער לעגענדארער סטאר ביי די ארוינים, וואס האט זיך ערוואבן א וואזשנער רעפוטאציע אלס אלמעכטיגער ספרדי, וואס אים קענען די מעכטיגסטע כוחות פון די שונאים נישט בייקומען.
הכלל, דער פון-זינען-צעדרייטער רובין, קומט אן און צו זיין שאק ענד או, האט מען פונקט דאן געענדיגט דעם ערפאלגרייכן און סוקסעספולן קאנפערענץ, ווען ר' משה דוד מיט זיין לשון לימודים און זעלטענע חן בעיני העמים והשרים, האט ארויסגעברענגט דעם ווייטאג איבער דער קרימינאליטעט און א רוף צו די אינסטאנצן מ'זאל זיך דערמיט געהעריג מטפל זיין.
שיעור נישט פארגעסן, צוזאמען מיט רובין איז מיטגעקומען ריעו ועמיתו, דער גייסטיג-צערידערטער נח"ש ראזענבערג ימח שמו וזכרו, וועלכער פירט אויך א מערכה מיט ר' משה דוד'ן, צוליב וואס לויט זיין צע'חוש'טן מח, האט ער געזאלט זיין דער אויסשליסליכער פארשטייער פון וויליאמסבורג, און אצינד, מיט די דריי מעכטיגע קרעפטן, מאטרא, רובין און ראזענבערג האט מען זיך גענומען פלאנירן א מעכטיגע אינוואזיע, אין וואס מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל צייגן די גאנצע וועלט, אז ר' אהרן איז יא רבן של כל בני הגולה ורב הצעיר בכל מקומות מושבותיהם.
געזאגט און געטון. רובין החזיר ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר הייבט אויף זיין פארשלאפענע שטימע אין א פארצווייפלטן געשריי: נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג!!! דאס האט געזאלט זיין דער ענדגילטיגער שאס אין דער יו. זשעי. או. רובין דרייט זיך אויס און ווארט צו באקומען עפעס א חיזוק, און.. ד'רעולם פלאצט אויס אין א הילכיג געלעכטער... דער זאגט, רובין דיין מאמע האט פארגעסן אירע פילן און זי דרייט איבער די שטוב, דו מוזט לויפן אהיים צו איר איידער ס'איז צו שפעט... דער צווייטער רופט זיך אן מיט שפאס: ניין, טאקע גערעכט, דו פארטרעסט וויליאמסבורג.... אזוי האט מען זיך פון דעם צעדרייטן יוגנטליכן גענומען טרייבן קאטאוועס און מ'האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.
די פרעסע לייט האבן געזען אז דער יונגאטש איז איינפאך א צערודערטער פערזאן, מיט ערנסטע דיסארדער אישוס, האבן זיך תיכף פון אים אוועקגעשארט און אפגעפיצט ווי פון פייער. דער אויסגעשפילטער פיפל האט נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטוען, האט ער זיך גענומען שרייען און בונטעווען און לויפן צו א צווייטן פרעסע-מאן, און דארט אנגעהויבן רעדן און קייען זיינע בויך-ווייטאג. ס'האט נישט גענומען לאנג און אויך אהין זענען אידן צוגעקומען און אויפגעקלערט די פרעסע אז דא האנדלט זיך פון אן איינזאמען משוגע'נעם, א געבוירענער צו פארדרייטע פערזאנען, און ס'איז איינפאך א בושה צו שטיין מיט אים אין ווארט.
מיט מאטרא ספרדי טמא האבן די פרעסע לייט, געבנדיג א קוק אויף זיין פרצוף, און שמעקנדיג זיין גערוך, אליינס פארשטאנען אז מיט אים רעדט מען נישט.
דאן איז געקומען די רייע אויף נח"ש, וועלכער שעלט צוזאם יעדן טאג זייער רבי'ן און זייער רב, מיט די ארגסטע השמצות און ניבול פה, אבער כדי צו טשעפען און 'אונטערברענגען' ר' משה דוד האט מען אויך דעם מטיף מסית ומדיח ארויסגענומען פון זאק. אה אה,, דא האט מער נישט געפעלט, דער פארזאמלטער ציבור האט דעם ראצענבערג אזוי מין באזינגען אז דער האט זיך גענומען לויפן און לויפט נאך יעצט בויען א מקוה אין די סאוט-קאוסט אוט אוו טאון.
והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 13/11/2011 19:23:46