בית פורומים כל העולם כולו

התגרות באומות אפגעשטעלט - נידערמאן אנטלויפט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2011 19:53 לינק ישיר 
התגרות באומות אפגעשטעלט - נידערמאן אנטלויפט!

היינט צופרי האט דער פאררעטער פון ווילי משה דוד נידערמאן, און זיין שותף דער משומד לעווין, גערופען א (פרעסע) העצע קאנפרענץ בשם תושבי וויליאמסבורג, צו העצן קעגן די ווילי פאליציי איבערן איבערפאל קעגן א אינגערמאן וואס איז פארגעקומען דעם שבת ביינאכט אויף ראסס סט.

כדרכו פון נידערמאן וואס איז דא בלויז אנצופילען זיינע טאשן, איז ווען ער קען נאר מאכן געלט איז ער דא, נאך יעדע פאסירונג וואס געשעהט אין ווילי טומעלט ער ארום, ווייל עס איז דא טעראריזעם פעדעראל גרענטס, וואס איז פאר געגענטער וואס ליידן פון טעראריזעם און די פאליציי קען זיך נישט אן עצה געבן, ממילא פרובירט ער צו מאכן נאך יעדע פאסירונג ווי א גרעסערע טומל און העצט קען די פאליציי און אזוי האפט ער צו מאכן די ריזיגע געלטער.

די פאליציי איז געפערליך בייז יעדע מאל ווען נידערמאן טוט דאס, ווי יעדער פארשטייט אליין איז די פאליציי בכלל נישט שולדיג, עס קען פאסירען איבעראל, און יעדער פארשטייט אז אויף ראסס סט. צווישען ליע און בעדפארד ברויך נישט די פאליציי אראפ שטעלן א פאליס מאן שטיין דארטן 24 שעה א טאג און 7 טאג א וואך...

איז איצט האט דער פאררעטער פון ווילי נידערמאן - וואס קיין איד האט נאך נישט נהנה געווען אין ווילי פון אים - טראץ וואס ער האט א אפיס פון 27 ארבעטערס, וואס ארבעטן פאר....??? נידערמאן'ס טאש!!!

איצט האט נידערמאן געריפען די פרעסע נעכטן נאכט אויף היינט צופרי 9:30 בשם תושבי ווילי, ווי מען גייט פארדאמען די פאליציי, רבנים, עסקנים, הצלה, וראשי קהלה, האבן געבעטען נידערמאן א גאנצע נאכט עס נישט צו טאן, און עס ברענגט נישט קיין שום ניצן, נאר אדרבה עס פארדארבט געפערליך, אזוי אויך האט דער אינגערמאן וואס איז געשלאגען געווארן אנגעריפען נעכטן נידערמאן אז ער זאל עס נישט מאכן בשום אופן, נידערמאן האט זיך געטאנהעט מיט אים און זיך געבעטען אז ער זאל קומען, ווען ער האט געזעהן אז עס גייט נישט האט ער געזאגט פארן אינגערמאן: אז ער גיט אים $2000 אז ער זאל קומען צו די (פרעסע) העצע קאנפרענץ, (און פארשטייט זיך אז דער אינגערמאן איז היינט נישט געווען ביים פרעסע קאנפרענץ).

נידערמאן איז היינט אנגעקומען צופרי ביי ליע און ראסס, און אנגעהויבען גיסן פעך און שוועבל אויף די ווילי פאליציי, מיט א שרעקליכע געמיינער התגרות באומות, תיכף האבן זיך ארגענעזירט תושבי וויליאמסבורג און אנגעהויבען אריין צו שרייען אז נידערמאן פארטערט נישט ווילי, און ער רעדט בלויז אין זיין נאמען צו מאכן א פאר דאלער, פון אלע זייטן האט זיך אנגעהויבען קולות, נחום ראבענבערג איז אויך ארויס געוואקסען און אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף נידערמאן.

ויבוא צימערמאן ער האט געשריגען אז נידערמאן און לעווין זענען חזירים וויל זיי שטיצען די חוקי תועבה, א צווייטער בני יואל האט ארויסגעשלפעט א סיין, נידערמאן פוי, ווייל ער האט נאנטשאפט מיט ציוניום, מעט קאנסיל וכו',

דער שונא ישראל לאפעז איז אנגעקומען אין דערמיט, זעהענדיג וואס עס גייט פאר איז ער געבליבען אין זיין קאר, און אפגעפיצט ווי די אויגן טראגן אים.

נידערמאן מיט זיינע חברים יוסעלע פליט און דער בעל עבירה (תשובה) אברהמי ברוין, האבן צוריק געשריגען קולות, שקצים.. נאציס... רשעים... און אלע מיאוסע ווערטער, דער עולם האט אבער געשריגען העכער, אזוי איז געווארן לעבעדיג, נידערמאן מיט לעווין האבן געכאפט פעק און אנטלאפען פון דארט מיט די נשמה אין די האנט.

אזוי האט מען אפגעשטעלט די שרעקליכע געמיינע התגרות באומות פון נידערמאן וואס וויל מאכן א פאר דאלער אפען חשבון פון תושבי וויליאמסבורג, די פאליציי האט ספעציעל אנגערופען די עסקנים און זיך גאר שטארק באדאנקט פאר זיי.


תוקן על ידי פאפיטעס ב- 13/11/2011 20:51:20




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2011 20:17 לינק ישיר 

האט איינער בילדער אדער א קליפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2011 21:11 לינק ישיר 

נידערמאן קען זיך נישט צוזאם קלויבען פון די חרפות היינט, ער איז ציווילדערוועט און קאלט ארום ווי ער קען נאר און מאכט קולי קולות.

אויך שיקט ער ארום מיט יוסעלע פליט ווילדע טעקס מעסיטשעזס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2011 22:08 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2011 22:20 לינק ישיר 

ווער נעמט די אחריות אויף דעם התגרות באמות באפון נורא וואס ווערט אפגעטיען דורך דעם מיליאנער משה דוד נידערמאן

ווייסט איינער צי מנשה פילעף גייט מוחה זיין דעראויף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2011 23:52 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 00:53 לינק ישיר 

http://www.thejewishweek.com/news/breaking_news/williamsburg_beating_not_anti_semitic_cops_say

http://www.vosizneias.com/94683/2011/11/13/brooklyn-ny-police-source-beating-in-williamsburg-not-a-bias-attack-2500-reward-offed

Brooklyn, NY - A 51-year-old Jewish man was assaulted in Williamsburg and taken to Bellevue Hospital Friday night, but a police source said the attack was not a hate crime.

The man was punched after a man, described as Hispanic, approached and asked if he had any food, and the man said no, the police source told The Jewish Week. “It was not bias,” the source said.

But Isaac Abraham,  a Satmar community activist, said he was surprised by that assertion. “How they could come to that conclusion so quickly is beyond me,” he said. A $2,500 reward for information leading to an arrest in the crime has been offered by a local community organization UJcair.

More at The Jewish Week 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 00:57 לינק ישיר 

ס'איז א נחת צו זעהן זייערע קללות
עס איז געווען זיס צוקוקען ווי זייער ב'חנ'טער צימערמאן האט זיי אזוי פיין מסדר געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 04:29 לינק ישיר 

קען איינער אויסלערנען דעם ארוינישער פארטרעטער רובין אז מען קוקט נישט אריין א גוי'טע און פנים און אויך דעם שיעור פון פאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 04:58 לינק ישיר 

הייסט אזוי, משה דוד מעג עובר זיין אויף נגיעה ממש, ער גיט כסדר די האנט פאר נשים, ער האט דעם היתר פון עבר ושנה נעשה לו כהיתר, מיר געדענקן ווען ער האט זיך צוזאמען געשטיפט מיט א נקיבה פאליטישן'קע, ער זאל אויך זיין אויפן בילד, און רובין טאר נישט עובר זיין אויף ראי', אגב, אויפן בילד זעט מען רובין  מיט פארמאכטע אויגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 05:26 לינק ישיר 

משהלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 10:38 לינק ישיר 

טראק כתב:
האט איינער בילדער אדער א קליפ?






 


* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*













תוקן על ידי SatmarBum ב- 14/11/2011 11:15:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 17:28 לינק ישיר 

אויף דעם צווייטן קליפ זעהט מען דעם וואלטער זייער ערנסט
איך האף אז די אלע אינצידענטן זאל ח"ו נישט ווירקען אויף אים צים שלעכטס
איינער זאל אים איינמעלדען ער זאל עס נישט נעמען פרעזנדליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 20:04 לינק ישיר 

איך בין נישט דארט געווען בשעת מעשה אבער ווען איך זע ווי די זאליס בילען זע איך אז די שטיין איז געלונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 20:33 לינק ישיר 

הבדלה_מנין כתב:
משהלע





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 20:45 לינק ישיר 

דא גראדע זענען די זאליבאנעצעס גערעכט!

דער רובין טאר נישט קיקן אויף נשים, הגה''צ רבי ציון לאב שליט''א האט אים נישט געוואלט געבן קיין היתר!

משא''כ דער אנגעפאשעטער מיט די אנגעשטאפטע קעשענעס, נידלמאן, האט א היתר מאה רבנים פון די גאנצע לישכע פארבאנד, מיט יענקל בערל דעם סיגוט'ערס, דער רבע פון שפאטיווקא, דער זבל פרדס רבי, דער בראדער, דער לאשנאצער, מיט נאך א גאנצע כאפקע לייצים, אז ער מעג, נישט נאר ער מעג נאר ער מיז, נישט נאר גיבן די האנד און אריין קיקן און פנים, נאר אפי' גיין ווייטער............. מיט די נישט יודישע מענער, אויב ער קען מיט דעם אפטאן סאטמאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > התגרות באומות אפגעשטעלט - נידערמאן אנטלויפט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext